3 /װײ ב"ח 6 0 :
2 ט כ וו ריסם טס ( 0 טכ : 0 ש 1 אָרגאן פון שרײַבעל-פארבאנד פון פם סר
דריטער יאָרגאנג
מארט אפּרעל
6 90 6 פארלאג ;סאַָװעטסקי פיסאטעל"
יי יי יי 3
ק
ינסטלער 9.
וואסיליעו
פאיכה אסיט
הויכע אידײיִשקײַט און קינסטלערישע מײַסטערשאפט -- די גרויסע קראפט פון דער סאַװעי טישער ליטעראטור און קונסט. נ. ס. כרושטשאַװס רעדע אף דער באגעגעניע אַנפירער פון דער פארטיי און רעגירונג מיט די טוער פון דער ליטערא דעם 8 מארט 1963 . + + + + .
עמאנויל קאזאקעװיטש. דערפאר איז גרויס מײַן שטאָלץ. -- פרילינג (לידער) .
עזראַ פינינבערג. ניקאָלײַ פּעטראָװיטש (סצענעס פון א פיעסע) .
זעמיאן בעדני. קיינער האָט ניט געװוּסט. -- שנייעלעך (לידער) .
יאנקעוו שטערנבערג. די פּײַערן פון דער שטאָט (מאָסקװער סויַטע) .
| הירש זאַבין. דער קויעך פון לעבן (ראָמאן) . .
ארן װערגעליס. דער אַנהײב און דער סאָף (פאַעמע) .
מיער כאראץ. צום קאָסמאָנאװט. --- איך דערצייל מײַנע קינדער. -- זעץ זיך אנידער. --א כאָלעם װיגט די שטאָט. -- מאָלדאװישער אָװנט. -- אין סטעפ. -- דער אלטער ברונעם
צוואנציקסטער יאָרטאָג פונעם אופשטאנד אין ווארשעווער געטאַ
פערעץ מארקיש. טראָט פון דוירעס. (פראגמ א. הצפטער דאָװיד ספארד. לאנד מײַנס, פוילן. -- פון יענער רעגע (לידער)
פון א ראָמאן).
קאלמען סעגאל. אפסנײַ. -- הייםיערד. -- דער קרײַז פון דעם נא שיקע דריז. דרײַ ביימער. -- דאָס וויגעלע. -- יודע-לייב (לידץ הערש סמאַליאר. די גרויסע שלאכט צװישן די געטאָיװענט מישע לעװ. זאָל זיך עס מער ניט איבערכאזערן!
סעראפים אלעקסייעװ. די אָפעראציע אין אדאמאָו . אלעקסאנדער פעטשערסקי. די דרײיסטע און געװאגטע . .
נ. סלוגאטשאָװ (טאדעק רוסקי). אין יענע טעג .
/ ליטעראטור און קונסט
סאטע/פרי. באם אלביק לעבנזיקן קואל ד-ושפשר + 6"4. א 2 665 8 6 2
הערש רעמעניק. דער אופשטאנד אין װארשעװער געטאָ אין דער ייִדישער סאַװצטישער קענטעהאטור. 4 5 2 א אע 26 אע
קורצע רעצענזיעס. ל. פאָדריאדט שי ק: עמאנויִל רינגעלבלום -- קסאַװים פון געטאַ; מוישע שקליאר --- פאָשעטע װערטער; אדאָלף רודניצקי -- דער װעג צום הימל; דאָס ליך פון געטאָ; לילי בערגער --- עסייען און שקיצן. מ. װ עס טע ר מ א ן: ע. אװאָטיק, יא. דזירקאליס, װ. פעטערסאָן -- װאָס איז אזוינס , דאוּגאואס װאנאגי"? . . .
| ואלענטין טאָמין, אלעקסאנדער סינעלניקאָ. דאָקומענטן רײוזן . . .4 .
| כבאננק' =: יי אי 2" 4 אט 2 אה יש :07
ָ נאטוצן אפן קאלענדאף =+ :4 -. = 66 6 02 2
הױיפּט-רעדאקטאָר א. ווערגעליס.
רעדקאָלעגיע: א. גאַנטאר, ה. דאַבין, מ. טייף, ב. מילער, 5 י. פאליקמאן, ס. פריי, ר. רובין.
| פאראנטװאָרטלעכער סעקרעטאר מ. לעוו.
99
הויבע אידייישקייט און קינסטלערישט- מייסטערשאפט -- די גרויסע קראפט פון דער סאָוועטישער ליטעראטור און קונסט
כאווער נ. ס. כרושטשאָװס רעדע
אף דער באגעגעניש פון די אַנפירער פון דער פארטײ און רעגירונג מיט די טוער פון ליטעראטור און קונסט דעם 8 מארט 1965
טײַערע כאוויירים! אין מעשעך פון די לעצטע כאדאָשים טרעפן מיר זיך מיט אײיַך צום צווייטן מאָל. און אויב מע זאָל נעמען אין אכט דעם שמועס אין צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי מיט די יונגע טוער פון דער ליטעראטור און קונסט, וועלכן עס האָט דורכגעפירט די אידעאָלאָגישע קאָמיסיע, װעט אונדזער הײַנטיקע באגעגעניש שוין זײַן די דריטע.
די מאטעריאלן וועגן די דאָזיקע באגעגענישן זײַנען פארעפנטלעכט געװאָרן אין דער פּרעסע און האָבן ארויסגערופן א גרויסן אינטערעס. מיר מערקן אָפּ מיט באפרידיקונג, אז די פּאָזיציע פו- : גנטראל-קאָמיטעט פון דער פארטיי וועגן די פראגן פון קונסט האָט באקומען הייסע שטיצע פין די שעפערישע טוער, פון דער פּארטיי און פאָלק, פון אונדזערע אויסלענדישע פרײַנט.
דער כ' איליטשאָוו האָט אין זײַן רעדע שוין דערציילט, ס'ארא לעבעדיקן אָפּקלאנג עס האַט ארויסגערופן בא דער געזעלשאפטלעכקײַט אין סאָוועטנפארבאד און אין אויסלאנד די ארויסטרע- טונג פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון קפּספ וועגן די פראגן פון ליטעראטור און קונסט. ער האָט ריכטיק אָפּנעמערקט, װי עס איז אויסגעוואקסן בא אונדז אין לאנד די אקטיװוקײַט פון די שעפע- רישע טוער אינעם קאמף קעגן די ניט געזונטע טענדענצן אין דער ליטעראטור און קונסט.
אינטערעסאנטע געדאנקען און א ריי ווערטפולע פאָרשלאָגן האָבן ארויסגעזאָגט א סאך כא- וויירים, וועלכע זײַנען ארױיסגעטראָטן אף דער דאָזיקער באראטונג. דאָס אלץ רעדט איבערצײַגנדיק וועגן דעם, אז די פראגן, וועלכע מיר באהאנדלען מיט אײַך, האָבן א פּרינציפיעלע באדײיַטונג פאר דער אנטוויקלונג פון דער סאָציאליסטישער קולטור, פון דער סאָוועטישער ליטעראטור און קונסט אין דער ריכטונג, וועלכע איז אָנגעמערקט אין דער פּראָגראם פון דער קאָמוניסטישער פארטיי.
די בױוּנג פונעם קאָמוניזם און די אופגאבן פון דער קינסטלערישער שאפונג
די טעטיקײַט פון די שרײַבער, קינסטלער, קאָמפּאָזיטאָרן, סקולפּטאָרן, טוער פון קינאָ און טעאטער -- פון דער גאנצער שעפערישער אינטעליגענץ געפינט זיך שטענדיק אונטער דער אופ- מערקזאמקײַט פון דער פּארטיי און פונעם פאָלק. און דאָס איז גאנץ פארשטענדלעך. מיר לעבן אין אזא צײַט, ווען די ליטעראטור און קונסט זײַנען געװאָרן, װי וולאדימיר איליטש לענין האָט פאָרויסגעזאָגט, אן אָרגאנישער טייל פון דער אלפאָלקישער זאך.
דאָס סאָוועטישע פאָלק בויט אונטער דער אָנפירונג פון זײַן לענינישער פּארטיי די קאָמוני- סטישע געזעלשאפט. אונדזער הויפּט-ציל אין דער בויוּנג פונעם קאָמוניזם איז, איך שטרײַך דאָס אונטער, -- שאפן אלע באדינגונגען פאר א בעסער לעבן פון די ארבעטס-מענטשן. און די קאָ- מוניסטישע געזעלשאפט װעט דאָך טאקע זײַן א געזעלשאפט פון ארבעטס-מענטשן.
פאר מענטשן איז אָרגאניש אייגנטימלעך די באדערפעניש אין ארבעט. און בלויז דער קאפּי- טאליזם, וועלכער האָט די ארבעטסלײַט אוועקגעשטעלט אין אומענטשלעכע באדינגונגען, פאר- קריפלט זיי, װירקט אף א פארדארבנדיקן אויפן אף דער באציונג פון פיל מענטשן צו דער ארבעט. יענע מענטשן, וועלכע ווילן ניט שאָלעם מאכן מיט דער אונטערדריקונג פון מענטש דורך מענטש, אנטוויקלען אין פּראָצעס פון דער ארבעטס-טעטיקײַט זייער קלאסן-זעלבסטבאוװוּסטזײַן און ווערן אקטיווע קעמפער פאר די אינטערעסן פון די ארבעטנדיקע, קעגן די עקספּלואטאטאָרן. אנדערע, וועלכע האָבן אין זינען בלויז פּערזענלעכע, אייגנטימערישע אינטערעסן, זײַנען פאסיוו איגעם געזעל-
3
זזז
א א
שאפטלעכן לעבן, נעמען ניט קיין אָנטײל אין די קלאסן-שלאכטן פאר אראָפּווארפן די בורזשואויע און אויסבויען א נײַע געזעלשאפט. די דריטע לעבן אפן כעזשבן פון פרעמדער ארבעט. דאָס זײַנען די עקספּלואטאטאָרן, די אונטערדריקער פון די ארבעטנדיקע.
דער קאָמוניזם ווערט געבויט דורך דער ארבעט און בלויז דורך דער ארבעט פון מיליאָנען. אָט פארװאָס די פארטיי טוט אלץ, אז אין דער בווּנג פונעם קאָמוניזם זאָל זיך אקטיוו באטייליקן וי אן אײינהײַטלעכער מאָנאָליטער ארבעטס-קאָלעקטוו דאָס גאנצע סאָװעטישע פּאָלק -- די ארבעטער, קאָלװירטניקעס, אינזשעניערן, קאָנסטרוקטאָרן, טעכניקער, לערער, דאָקטױירים, אג- ראָנאָמען, געלערנטע, טוער פון אלע געביטן פון דער קולטור, ליטעראטור און קונסט.
איצט זעען אלע, אז די באמיונגען פון דער פּארטיי גיבן גלענצנדיקע רעזולטאטן, אז אונ- דזער פאָלק האָט דערגרייכט גרויסע דערפאָלגן אפן וועג צום קאָמוניזם. מיר קאָנען אָבער ניט פארמאכן די אויגן אף די שװעריקײַטן, וועלכע עס קומט אויס גױיװער צו זײַן באם ביען די נײַע געזעלשאפט. צו די דאָזיקע שװעריקײַטן באלאנגען די איבערבלײַבעכצן פון דער פאר- גאנגענהײַט, װועלכע לעבן אינעם באװוּסטזײַן פון א באשטימטן טייל מענטשן אין אלע שיכטן. פון דער געזעלשאפט. אָט די איבערבלײַבעכצן אנטפּלעקן זיך קױידעמקאָל אין דער נאכלעסיקער באציונג צו דער ארבעט, צום אויספילן דעם געזעלשאפטלעכן כויוו, די פליכטן פארן פאָלק.
אין דער שלאכט פארן קאָמוניזם, וועלכע מיר פירן, האָט די וויכטיקסטע באדײַטונג דאָס דערציִען אלע מענטשן אינעם גײַסט פון די קאָמוניסטישע אידעאלן. און דערין באשטײט די הויפּט-אופגאבע פון דער אידעאָלאָגישער ארבעט פון אונדזער פּארטיי אין דער איצטיקער צײַט. מיר דארפן ברענגען אין א שלאכט-אָרדענונג אלע מינים פונעם אידיייישן געווער פון דער פּארטיי, צו וועלכע עס געהערט אויך אזא מעכטיק מיטל פון קאָמוניסטישער דערציונג, װי די ליטערא- טור און קונסט. (אפּלאָדיסמענטן)
אונדזערע באגעגענישן מיט אײַך, וועלכע זײַנען געװאָרן א גוטער לעבנס-קלאל, שטעלן מיט זיך פאָר אין טאָך אייגנארטיקע דורכקוקן פון די קרעפטן פון דער ליטעראטור און קונסט, פון זייער שעפערישער אקטיװוקײַט און רעװאָליוציאָנערער קעמפּערישקײַט.
די פּארטיי, איר צענטראל-קאָמיטעט האלטן, אז די סאָוועטישע ליטעראטור און קונסט אנטוויקלען זיך מיט דערפאָלג און אין גרונט פילן זיי גוט אויס זייערע אופגאבן.
עס װאָלט אָבער געווען זייער שעדלעך צו איבערטרײַבן די דערפאָלגן פון דער ליטערא- טור און קונסט און ניט זען די ערנסטע כעסרוינעס אין דער ארבעט פון די שרײַבער, קינסטלער, קאָמפּאָזיטאָרן, טוער פון קינאָ און טעאטער. קיין וועלכע-ניט-איז אידײייַש-שעפערישע דורכפאלן פון אן עקסטרא-אָרדינארן כאראקטער זײַנען ניט פאָרגעקומען, דאָך האנדלט זיך אָבער ועגן וועזנטלעכע כעסרוינעס, און אין א ריי פאלן אויך וועגן טאָעסן, מיט וועלכע מע טאָר ניט שאָ- לעם מאכן.
דאָס לעבן האָט באוויזן, דאָס איז באשטעטיקט געװאָרן סײַ אין די ארויסטרעטונגען פון אייניקע כאוויירים אף דעם פאָריקן שמועס, סײַ הײַנט, אז נאָך ניט אלע שעפערישע טוער פאר- שטייען ריכטיק די אופגאבן אין געביט פון ליטעראטור און קונסט, וועלכע זײַנען פאָרמולירט אין דער פּראָגראם פון דער פארטיי. הייסט עס, אז עס איז פאראן א נױטװענדיקײַט נאָכאמאָל אופצוקלערן אונדזער פּארטיי-שטאנדפּונקט אין די איקער-פראגן, וועלכע שטייען פאר דער קינסטלערישער שאפונג אינעם פּעריאָד פון דער פאנאנדערגעוויקלטער בויונג פונעם קאָמוניזם.
וועלכע קינסטלערישע װערק דערווארט דאָס סאָוועטישע פאָלק, וועלכע װערק שאצט עס און האלט אונטער און וועלכע ווארפט עס אָפּ?
די ליטעראטור און קונסט פונעם סאָציאליסטישן רעאליזם האָבן דערגרייכט גרויסע הייכן פון קינסטלערישער שאפונג, זיי פארמאָגן רײַכע רעװאָליוציאָנערע טראדיציעס און זײַנען וועלט- בארימט. אין אלע סאָוועטישע רעפּובליקן זײַנען געשאפן געװאָרן מערקווירדיקע װערק, הויכע גײַסטיקע וערטן, מיט וועלכע די פעלקער פון אונדזער לאנד שטאָלצירן מיט רעכט.
די שאפונג פון די אָנגעזעענסטע פאָרשטייער פון דער סאָוועטישער ליטעראטור און קונסט-- דאָס איז זייער גרויסער פארדינסט פארן פאָלק, א באגײַסטערנדיקער בײַשפּיל דערפון, װי דער קינסטלער דינט זײַן היימלאנד.
װאָס קאָן ברענגען נאָך א גרעסערע באפרידיקונג דעם קינסטלער, איידער דאָס באװוּסטזײַן.
אז זײַן טאלאנט איז אינגאנצן געװוידמעט דעם קאמף פונעם פאָלק פאר אויסבויען דעם קאָמוניזם, אז זײַנע װוערק האָט דאָס פאָלק אָנגענומען און הויך זיי אָפּגעשאצט.
דערמאָנט זיך, װי אונדזער פאָלק האָט בעשײַטע אָנגענומען אף זײַן באװאָפּענונג דעמיאן בעדניס פּאָעזיע. אין די יאָרן פונעם בירגערקריג, ווען דאָס סאָוועטישע פאָלק האָט אינעם פאר- ביטערטן געראנגל מיטן וועלט-אימפּעריאליזם פארטיידיקט די ערשטע אין דער וועלט סאָצוא- ליסטישע מעלוכע פון די ארבעטער און פּויערים, זײַנען סײַ די רויטגווארדייער, סײַ די רויטאר-
4
מייער, סײַ די פארטיזאנער געגאנגען אין שלאכט מיט דעמיאן בעדניס לידער. די דאָזיקע לידער זײַנען געווען צוגענגלעך פאר אלעמען, פארשטענדלעך יעדן איינעם, אפילע די אנאלפאבעטישע פויערים, וועלכע האָבן זיך געפונען אין די רייען פון דער רױטער ארמײ.
אין דער ליד ,וי מײַן מאמע האָט מיך אין דער רויטער ארמיי באגלייט", װאָס איז געווען איינע פון די פּאָפּולערסטע אין יענער צײַט, זײַנען איבערגעגעבן די געדאנקען פונעם פאָלק. דער דיכטער האָט זיך געפונען אין די שלאכט-רייען פון די קעמפער פאר דער רעװאָליוציע און האָט זײַן גאנצן ריזיקן טאלאנט אָפּגעגעבן צו דינסט דער גרויסער זאך פון באפרײַען די ארבעטנדיקע פון אונטערן יאָך פון די עקספּלואטאטאָרן.
דעמיאן בעדני האָט פארמאָגט א װוּנדערלעכן טאלאנט ארײַנצודרינגען אין דער נעשאָמע פונעם האָרעפּאשנעם פּױער. מיט וויפל פארשטענדעניש און קראפט פון קינסטלערישער מײַס- טערשאפט ער האָט אנטפּלעקט די צעצװײיטקײַט פונעם פּויערס נעשאָמע. אין זײַנע ווערק פונעם פּעריאָד פון בירגערקריג באװײַזט דער פּאָעט איבערצײַגנדיק די פּסיכאָלאָגיע פונעם פּויער מיט אלע שטריכן, וועלכע זײַנען אים דעמלט געווען אייגנטימלעך. פון איין זײַט, איז דער פּויער זייער צופרידן, װאָס די נײַע, די באָלשעװיסטישע מאכט האָט אים באטיילט מיט ערד, וועגן וועלכער ער האָט געטרוימט און פאר וועלכער עס איז אין יענער צײַט געגאנגען א באװאָפּנטער קאמף. פון דער צווייטער זײַט, האָבן אייניקע פּויערים, באקומענדיק בא דער סאָוועטנמאכט ערד, ניט ארויסגעוויזן קיין פארשטענדעניש, אז מע דארף די פאָלקס-מאכט, די דעראָבערונגען פון דער
רעװאָליוציע פארטיידיקן מיט געװוער אין די הענט.
די קאָלאָסאלע דערציַערישע באדײַטונג פון דעמיאן בעדניס װערק באשטייט דערין, װאָס דער פּאָעט האָט פון רעװאָליוציאָנערע פּאָזיציעס מיט צאָרן פארורטיילט דעם פּוױערס וואקלע- נישן, ניט שטאנדהאפטיקײַט און אין דער זעלבער צײַט דערקלערט אים, וי אזא ווארפן זיך און וואקלען זיך איז טויט-געפערלעך פאר די אינטערעסן פונעם פּױערטום גופע. דער פּאָעט העלפט דעם פויער צו פארשטיין, אז געפינען זיך אין אן אָרגאנישן בונד מיטן ארבעטער-קלאס אונטער דער אָנפירונג פון דער באָלשעװיסטישער פארטיי איז אין זײַנע אינטערעסן.
מענטשן פון מײַן דאָר, ווען זיי טרעפן זיך אין א יאָמטעװדיקער אומגעבונג, דערמאָנען אויך איצט מיט פארגעניגן זייער פארגאנגענהײַט אין די יאָרן פונעם בירגערקריג און זיי זינגען דעמיאן בעדניס לידער דערפאר, װײַל די דאָזיקע לידער קלינגען אויך אין אונדזערע טעג פריש און הײַנטצײַטיק. (אפּלאָדיסמענטן.) זייער כיין באשטייט דערין, װאָס זיי דערמאָנען וועגן צײַטן שווערע, אָבער גוטע און שיינע, זיי פילן אָן די הערצער מיט שטאָלץ פאר יענע, וועלכע האָבן אין די שווערסטע באדינגונגען געקעמפט העראָיִש פאר דער סאָוועטנמאכט, פאר באפרײַען די ארבעטסלײַט, פארן פאָלק, פאר סאָציאליזם און האָבן אין דעם דאָזיקן קאמף געזיגט.
לאָמיר נעמען א צוייטן ביישפּיל, װאָס באװײַזט איבערצײַגנדיק, ס'ארא שטארקע און איידלמוטיקע געפילן עס רופט ארויס בא מענטשן אן עכט קינסטלעריש וװערק. די מערהײַט פון אײַך ווייסט, ווארשײַנלעך, ועגן דעם דענקמאָל די סאָוועטישע קריגסלײַט, װאָס שטײט אין בערלין און װאָס דער אװטאָר זײַנער איז דער באװוּסטער סקולפּטאָר יע. וו. װוּטשעטיטש ניט לאנג צוריק האָבן די דעלעגאציעס פון די ברידערלעכע פּארטייען אפן זעקסטן צוזאמענפאָר פון דער סאָציָאליסטישער אײינהײַטלעכער פּארטיי פון דײַטשלאנד גענומען אן אָנטײל אינעם ארופ- לייגן קרענץ אף די קװאָרים פון ראָזע ליוקסעמבורג, קארל ליבקנעכט און אנדערע קעמפער, וועלכע זײַנען געפאלן פאר די אינטערעסן פונעם ארבעטער-קלאס.
דערנאָך זײַנען געלייגט געװאָרן קרענץ באם דענקמאָל פון די סאָוועטישע קריגסלײַט אין בערלין. דאָס זײַנען געווען רירנדיקע מינוטן. עס זײַנען געקומען הונדערטער מענטשן, פײַערלעך האָט געשפּילט די מוזיק, צום דענקמאָל איז מען צוגעגאנגען אין א שטילשװוײַגן, קיינער האָט ניט געקאָנט ריידן הויך אף א קאָל, די אומגעבונג אליין האָט געװירקט אף די מענטשן. די מאיעסטע- טישע סקולפטור האָט דערוועקט א געפיל פון טיפער אכטונג, אנערקענונג פאר די העראָיַשע סאָווע- טישע קריגסלײַט, ייראס-האקאָוועד פאר יענע, וועלכע זײַנען געפאלן אין קאמף קעגן די פינצטערע קויכעס פונעם פאשיזם.
מיטגלידער פונעם פּרעזידיום פון צק און די סעקרעטארן פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי האָבן מיט א געוויסער צײַט צוריק זיך באקאנט מיט די עסקיזן פונעם דענקמאָל דעם ניצאָכן איבערן פאשיזם. דער דענקמאָל לויט דעם כ' װוּטשעטיטשעס פּראָיעקט וועט אוועקגעשטעלט וװערן אין מאָסקװע. דער פּראָיעקט גיט א גרונט צו טראכטן, אז עס װעט געשאפן ווערן א רעאליסטיש קונסט-ווערק פון גרויסער קראפט, װאָס זינגט א לויב-געזאנג דעם פאָלק דעם זיגער און רופט צום קאמף פאר פארפעסטיקן די מעכטיקײט און אומצוטריטלעכקײיַט פון אונדזער גרויסן סאָציָאליסטישן פאָטערלאנד.
אן אויסגעצייכנט קונסט-ווערק איז דער דענקמאָל קארל מארקסן אין מאָסקװע, וועלכן עס
=
5(
האָט געשאפן דער כ' קערבעל. דעם סקולפּטאָר האָט זיך אײַנגעגעבן קינסטלעריש צו באװײַזן די גרױסקײַט פונעם געניאלן גרונטלייגער פונעם וויסנשאפטלעכן קאָמוניזם. עס איז אומעגלעך דורכצוגיין פארבײַ און ניט אָפּשטעלן זיך בא דעם דאָזיקן פרעכטיקן מאָנומענט.
בלויז באדײַטנדיקע װערק פון גרויסן רעװאָליוציאָנערן, שעפערישן פּאטאָס דערגייען ביז די טיפענישן פונעם מענטשנס נעשאָמע און באװוּסטזײַן, געבוירן אין אים הויכע בירגערלעכע געפילן און אנטשלאָסנקײַט צו װוידמען זיך דעם קאמף פארן גליק פון די מענטשן. די אװטאָרן פון אזעלכע װערק געניסן װירדיק און פארדינטערהייט די אנערקענונג פונעם פאָלק. שאפן ווערק פון אזא הויכער אידײייַשקײַט, װערק, װאָס זאָלן מיט אזא קינסטלערישער קראפט אופי ווירקן אף די מויכעס און געפילן פון די מענטשן, רופט די קאָמוניסטישע פארטיי די שרײַבער, קינסטלער, קאָמפּאָזיטאָרן, טוער פון קינאָ און טעאטער. (דויערנדיקע אפּלאַדיסמענטן) וְ
אונדזער פאָלק דארף האָבן א קעמפערישע רעװאָליוציאָנערע קונסט. די סאָוועטישע ליטע- ראטור און קונסט זײַנען בארופן צו שילדערן אין הערלעכע קינסטלערי; שטאלטן די גרויס און העראָיַשע צײַט פון בויען דעם קאָמוניזם, װאָרהאפטיק מאָלן די פארפעסטיקונג און דעם פון די נײַע, קאָמוניסטישע פארהעלטענישן אין אונדזער לעבן. דער קינסטלער דארף קענען זען דאָס פּאָזיטיווע, פרייען זיך מיט אָט דעם פאָזיטיוון, װאָס שטעלט מיט זיך פאָר דעם טאָך פון אונדזער װירקלעכקײַט, שטיצן דאָס פּאָזיטיווע און אין דער זעלבער צײַט ניט פארבײַגיין, פאר- שטייט זיך, די נעגאטיווע דערשײַנונגען, ניט פארבײַגיין דאָס אלץ, װאָס שטערט דעם געבורט פונעם נײַעם אינעם לעבן.
יעדע זאך, אפילע די בעסטע, האָט זיך אירע שאָטנדיקע זײַטן. אויך דער שענסטער מענטש קאָן זײַן ניט פרײַ פון כעסרוינעס. אלץ איז געװוענדט אין דעם, ויָאזוי מע גייט צו צו לעבנס- דערשײיַנונגען און פון וועלכע פּאָזיציעס מע שאצט זי אֶפּ. וי מע זאָגט -- װאָס מע זוכט, דאָס גע- פינט מען. א מענטש, װאָס האלט זיך ניט בא א פאָרויסגענומענער מי וועלכער נעמט אן אקטיוון אָנטײל אין דער שאפונגס-טעטיקײַט פונעם פאָלק, -- אזא מענטש זעט אָביעקטיו סײַ דאָס גוטע, סײַ דאָס נעגאטיווע אינעם לעבן, ער פארשטייט ריכטיק און שאצט עמעסדיק אֶפ די דאָזיקע דערשײַנונגען, ער טרעט ארויס אקטיוו פאר פארפעסטיקן דאָס פאָרגעשריטענע, דאָס
נאָר אזא איינער, װאָס קוקט אף אונדזער װירקלעכקײַט פון די פּאָזיציעס פון א זײַטיקן באאָב- אכטער, קאָן ניט זען און אופשטעלן א װאָרהאפטיק בילד פונעם לעבן. צום באדויערן, טרעפט אזוי, אז אייניקע פאָרשטייער פון דער קונסט אורטיילן וועגן דער װירקלעכקײַט בלויז לוט זי רייכעס פון די אָפּטריטן, זי שילדערן מענטשן אין א בעקיוונדיק פארקריפלטן אויסזען, זיי שמירן זייערע בילדער אין פינצטערע פארבן, וועלכע זײַנען פיייק בלויז ארײַנצוטרײַבן מענטשן אין א צושטאנד פון ייָעש, אומעט און אױסװעגלאָזיקײַט, זי מאָלן די װירקלעכקיַט אין העסקעם מיט
14
וי5 איר, לוט
ו זייערע פאָרויסגענומענע, פארקריפּלטע, סוביעקטיוויסטישע פאָרשטעלונגען וועג
ברע
זייערע אויסגעטראכטע מאָגערע סכעמעס.
דאָס פאָריקע מאָל האָבן מיר געזען די עקלהאפּטע שמירערײַ פון ערנסט נעיזוועסטני און מיר זײַנען געווען אופגעבראכט דערפון, װאָס אָט דער מענטש, וועלכער פארמאָגט, װײַזט אויס, געוויסע פּיייִקײַטן און האָט פארענדיקט א סאָוועטישע הויכשול, צאָלט דעם פאָלק מיט אזא פינצ- טערער אומדאנקבארקײַט. עס איז גוט, װאָס אזעלכע קינסטלער זײַנען בא אונדז קיין סאך ניט
פאראן, נאָר, צום באדויערן, איז ער דאָך ניט דער איינציקער צװישן די קונסט-טוער. איר האָט געזען אויך אנדערע שאפונגען פון די קינסטלער-אבסטראקציאָניסטן. מיר פארורטיילן און װעלן פארורטיילן אזעלכע פארקריפּלונגען אָפן, מיט דער גאנצער אומבעשאָלעמדיקײַט.
כאוויירים! אונדזער פארטיי האלט, אז די סאָוועטישע קינאָדקונסט איז איינס פון די וויבטיק- סטע קינסטלערישע מיטלען פון קאָמוניסטישן דערציִען דאָס פאָלק. לוט דער קראפט פון אופוויר- קונג אף די געפילן און געדאנקען פון די מענטשן, לויטן ארומכאפּן די ברייטסטע פאָלקס-מאסן קאָן קיין זאך ניט פארגלײַכט ווערן מיט דער קינאָדקונסט. קינאָ איז צוטריטלעך פאר מענטשן פון אלע שיכטן פון דער געזעלשאפט און, מע קאָן זאָגן, פאר מענטשן פון יעטווידן עלטער, -- פון שול-קינדער ביז זקיינים. זי דרינגט ארײַן אין די װײַטסטע ראיאָנען און ייִשוּוױים.
אָט פארװאָס דער צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי גייט צו מיט אזא אופמערקזאמקײַט און שטרענגקײַט צו די פראגן פון דער אנטוויקלונג פון דער קינאָ-קונסט.
מיר זעען און שאצן הויך אָפּ די דערגרייכונגען אפן געביט פון דער קינסטלערישער קינעמאטאָגראפיע. צוזאמען דערמיט האלטן מיר, אז דאָס, װואָס איז שוין דערגרייכט געװאָרן, אנטשפּרעכט ניט אונדזערע אופגאבן און יענע מעגלעכקײַטן, וועלכע עס פארמאָגן אין זייער רע- שוס די טוער פון דער קינאָדקונסט. מיר קאָנען ניט זײַן גלײַכגילטיק צו דער אידיייישער צילגע- װענדטקײַט פון דער קינאָדקונסט און צו דער קינסטלערישער מײַסטערשאפט פון די קינאָיפיל-
6
מען, וועלכע ווערן ארױיסגעלאָזט אף די עקראנען. אין דער הינזיכט איז אין געביט פון קינאָ װײַט ניט אלץ אזוי קעשורע, װוי עס שטעלן זיך פאָר א סאך קינאָדטוער.
גרויס אומרו רופט ארויס דאָס, װאָס אין די קינאָיטעאטערס ווערט דעמאָנסטרירט א סאך גאנץ מיטלמעסיקע קינאָ-בילדער, אָרעמע לויטן אינהאלט און שוואכע לויט דער פאָרם. די צושויער זײַנען פון זיי אופגערעגט אָדער פאלן ארײַן אין א צושטאנד פון שלעפעריקײַט, אומעט און נאָגעניש.
אונדז האָט מען פאָרלויפיק באוויזן די מאטעריאלן צום קינאָ-פילם מיטן פילזאָגנדיקן נאָמען ,די איליטש-זאסטאווע". דאָס בילד ווערט געשטעלט דורכן רעזשיסער כ' מ. כוציעוו אין דער קינאָד סטודיע אף גאָרקיס נאָמען. קינסטלערישער אָנפירער איז דער באקאנטער קינאָדרעזשיסער כ' ס. געראסימאָוו. מע דארף זאָגן אָפן, אז אין די דאָזיקע מאטעריאלן זײַנען פאראן רעגונגספולע ערטער. אין טאָך אָבער דינען זי בלויז אף צו פארשטעלן דעם עמעסן זין פונעם פילם, וועלכער בא- שטייט אין דעם, װאָס ער באשטעטיקט ניט אָנעמבארע, פרעמדע פאר די סאָוועטישע מענטשן אידייען און נאָרמעס פונעם געזעלשאפטלעכן און פּערזענלעכן לעבן. דעריבער טרעטן מיר אנט- שיידן ארויס קעגן אזא טראקטירונג פון א גרויסער און וויכטיקער טעמע.
וועגן דעם װאָלט מען געקאָנט ניט ריידן, װײַל די ארבעט איבער דעם פילם איז נאָך ניט פארענדיקט. נאָר אף וויכל אין אונדזער פרעסע און אין אייניקע עפנטלעכע ארויסטרעטונגען פון ליטעראטן און קינאָ-טוער לויבט מען אף קאָלערלײ אויפאנים די ,גרויסע מײַלעס* פון אָט דעם פּילם, איז נייטיק ארויסצוזאָגן אויך אונדזער מיינונג.
דער נאָמען פונעם פילם , די איליטש-זאסטאווע" איז אלעגאָריש. דאָס װאָרט גופע ;זאסטא- ווא* האָט פריִער באטײַט א וואך-אָטריאד. און אויך איצט רופט מען אָן מיט דעם דאָזיקן װאָרט אונדזערע פאָרפּאָסטן אף די גרענעצן פונעם לאנד. מע דארף, אפּאָנעם, האלטן, אז די הױפּט- פּערסאָנאזשן פונעם פילם שטעלן מיט זיך טאקע פאָר די פאָרגעשריטענע שיכטן פון דער סאָווע-
טישער יוגנט, וועלכע שטייען אײַזנפעסט אף דער וואך פון די דעראָבערונגען פון דער סאָציָאליס- טישער רעװאָליוציע, פון איליטשעס געבאָטן.
נאָר יעדער איינער, װאָס װעט זען אזא פילם, װועט זאָגן, אז דאָס איז א ליגן. אפילע די סאמע פאָזיטיווע פערסאָנאזשן פונעם פילם--די דרײַ ארבעטער-יאטן זײַנען ניט קיין פארקערפּערונג פון אונדזער גלענצנדיקער יוגנט. זי זײַנען באוויזן אזוי. אז זיי ווייסן ניט, וי אזוי דארפן זיי לעבן און צו װאָס דארפן זיי שטרעבן. און דאָס איז אין אונדזער צײַט פון דער פאנאנדערגעוויקלטער בויונג פונעם קאָמוניזם, אין דער צײַט, וועלכע איז באלויכטן מיט די אידייען פון דער פּראָגראם פון דער קאָמוניסטישער פּארטייַ
צי דען אזא יוגנט בוט איצט צוזאמען מיט אירע טאטעס דעם קאָמוניזם אונטער דער אָנ- פירונג פון דער פּארטיי! צי דען מיט אזעלכע יונגע מענטשן קאָן אונדזער פאָלק פארבינדן זײַנע האָפענונגען אף דער צוקונפט, גלייבן דערין, אז זיי װעלן ווערן די יאָרשים פון די גרויסע דעראָ- בערונגען פון די עלטערע דוירעס, וועלכע האָבן דורכגעפירט די סאָציָאליסטישע רעװאָליוציע, אויסגעבויט דעם סאָציאליזם, מיט געווער אין די הענט פארטיידיקט אים אין די גרויזאמע געראנ- גלען מיט די פאשיסטישע האָרדעס, געשאפן די מאטעריַעלע און גײַסטיקע פאָרהאנאָכעס פאר דער פאנאנדערגעוויקלטער בױוּנג פון דער קאָמוניסטישער געזעלשאפט!
ניין, אף אזעלכע מענטשן קאָן זיך די געזעלשאפט ניט פארלאָזן --- זיי זײַנען ניט קיין קעמפער, זי זײַנען ניט אזוינע, װאָס זאָלן קאָנען איבערגעשטאלטן די וועלט. דאָס זײַנען מאָ- ראליש שוואכע, יונגערהייט אלט געװאָרענע מענטשן, וועלכע פארמאָגן ניט קיין הויכע צילן און בארופן אינעם לעבן.
אינעם בילד איז מערקבאר די קאװאָנע צו באװײַזן אין א נעגאטיוון פלאן און צעקריטיקירן די ליידיקגייער און האלב-דעקלאסירטע טיפּן, וועלכע טרעפן זיך נאָך צוישן אונדזער יוגנט און וועלכע האָבן קיינעם ניט ליב, האָבן צו קיינעם קיין אָפּשײַ ניט; צו די עלטערע באציען זי זיך ניט נאָר מיט אומצוטרוי, --- זיי האָבן זיי פײַנט. מיט אלץ זײַנען זיי אומצופרידן, אף אלץ װאָרטשען זיי, אלץ לאכן זיי אויס און באשפּײַען, די טעג פארברענגען זיי אין ליײידיקגייערי:, די אָװונטן און נעכט -- אף הוליאנקעס פון א צווייפלהאפטן כאראקטער. אזעלכע טיפּן ריידן מיט גײַװע און פאראכטונג וועגן ארבעט. אזא מין טויגעניכטס פרעסט ברויט און שפּאָט נאָך אָפּ פון יענע, ווש- מעס שווערע מי איז ארײַנגעלײגט אין דעם דאָזיקן ברויט.
די רעזשיסערן פונעם פילם האָבן ניט געקענט פארווירקלעכן זייער קאװאָנע צו פארורטיילן די ליידיקגייער, די פּוסט-און-פּאסניקעס. זיי האָט ניט געקלעקט קיין בירגערלעכער מוט און צאָרן צו שטעמפּלען, צונאָגלען צום שאנד-סלופּ אזעלכע מיַעסע נעפאשעס און אָפּטריניקע, זיי האָבן זיך באנוגנט בלויז מיט דערלאנגען א לײַכטן פאטש אין באק דעם אױסװוּרף. נאָר אזעלכע לײַט פון דער אונטערוועלט װעט מען מיט קיין פּאטש ניט אויסבעסערן.
גי
די שעפער פונעם בילד אָריענטירן דעם צושויער ניט אף די געהעריקע שיכטן פון דער יוגנט. אונדזער סאָוועטישע יוגגט זעצט פאָר און פארמערט אין איר לעבן, אין איר ארבעט און קאמף די העראָיַשע טראדיציעס פון די פריערדיקע דוירעס, וועלכע האָבן דערוויזן זייער גרויסע איבערגעגעבנקײַט צו די אידייען פונעם מארקסיזם-לעניניזם סײַ אין די יאָרן פון פרידלעכער בױוּנג, סײַ אף די פראָנטן פון דער פאָטערלענדישער מילכאָמע. גוט איז אונדזער יוגנט באויזן אין א. פאדייעווס ראָמאן , די יונגע גווארדיע". און עס איז זייער א שאָד, װאָס ס. געראסימאָוו, וועלכער האָט געשטעלט א פילם לוט דעם דאָזיקן ראָמאן, האָט ניט געראטן זײַן שילער מ. כו- ציעוו, ער זאָל באװײַזן אין זײַן בילד, װיאזוי אין אונדזער יוגנט לעבן און אנטװויקלען זיך די גלענצנדיקע טראדיציעס פון די יונג-גווארדייער.
איך האָב שוין נעכטן געזאָגט, אז ערנסטע, פּרינציפיַעלע דערווידערונגען רופט ארויס דער עפיזאָד, װוּ דער העלד פונעם פילם טרעפט זיך מיטן שאָטן פון זײַן פאָטער, װאָס איז אומגע- קומען אף דער מילכאָמע. אף דעם זונס פראגע, ויָאזוי צו לעבן, פרעגט, פון זײַן זײַט, דער שאָטן פונעם פאָטער בא דעם זון -- און וויפל ביסטו אלט? און ווען דער זון ענטפערט, אז אים איז דרײַ און צוואנציק יאָר, זאָגט דער פאָטער --- און מיר איז איין און צוואנציק... און ווערט נעלעם. און איר װוילט, אז מיר זאָלן גלייבן אין דער װאָרהאפטיקײַט פון אזא עפּיזאָד? קיינער װעט ניט גלייבן! אלע ווייסן, אז אפילע באלעכײיַיִם ווארפן ניט אוועק זייערע קינדער. ווען מע נעמט צו בא א צויג דאָס הינטל און מע שלײַדערט עס ארײַן אין וואסער, ווארפט זי זיך גלײַך עס ראטעווען, ריזיקירנדיק מיטן לעבן.
צי קאָן מען זיך פאָרשטעלן, אז דער טאטע זאָל ניט ענטפערן אף זײַן זונס פראגע און ניט העלפן אים מיט אן אייצע, ויאזוי צו געפינען א ריכטיקן וועג אין לעבן?
און געמאכט געװאָרן איז עס ניט גלאט אזוי. דאָ ליגט א באשטימטער זין. מע וויל אײַנ- ריידן די קינדער, אז זייערע טאטעס קאָנען ניט זײַן קיין לערערס אין זייער לעבן און עס איז ניטאָ צוליב װאָס צו ווענדן זיך צו זיי נאָך אייצעס. לוט דער מיינונג פון די שעפער פון דעם פילם, דארף די יוגנט אליין, אָן אייצעס און אָן הילף פון די עלטערע, באשליסן, וויָאזוי צו לעבן.
װאָס איז שײַעך צו ריידן, דאָ איז גאנץ קלאָר אויסגעדריקט די פּאָזיציע פון די שעפער פונעם קינאָ-פילם. צי האָט איר אָבער ניט איבערגעכאפט די מאָס? װאָס ווילט איר -- אופשטעלן די יוגנט קעגן די עלטערע דוירעס, מאכן אזוי, אז זיי זאָלן זיך צעקריגן, איר ווילט צעוואלגערן די פרײַנטלעכע סאָוועטישע מישפאָכע, וועלכע פארייניקט סײַ די יונגע, סייַ די אלטע אינעם געמיינ- זאמען קאמף פארן קאָמוניזם? מיר קאָנען מעלדן אזעלכע מענטשן מיט דער גאנצער פאראנט- װאָרטלעכקײַט -- בא אײַך װעט זיך דערפון גאָרנישט ניט באקומעף (שטורמישע אפלאָ- דיסמענטן)
אין אונדזער צײַט איז ניטאָ קיין פּראָבלעם פון טאטעס און קינדער אין אזא פאָרם, װי זי אָט עקזיסטירט אין טורגענעווס צײַטן, װײַל מיר לעבן אין א גאנץ אנדערער היסטאָרישער פּאָכע, וועלכער עס זײַנען אויך אייגנטימלעך אנדערע פארהעלטענישן צוישן מענטשן אין דער סאָוועטישער סאָציאליסטישער געזעלשאפט זײַנען ניטאָ קיין װידערשפּרוכן צװישן די דוי רעס, עס איז ניטאָ קיין פּראָבלעם פון ,טאטעס און קינדער" אינעם אלטן זין. די דאָזיקע פּראָב- לעם האָבן אויסגעטראכט די שעפער פונעם פילם און זי ווערט קינסטלעך צעבלאָזן ניט מיט די בעסטע קאװאָנעס.
אָט אזוי פארשטייען מיר די באציונגען צװוישן מענטשן אין אונדזער געזעלשאפט און מיר ווילן, אז די דאָזיקע באציונגען זאָלן געפינען א װאָרהאפטיקע אָפּשפּיגלונג אין די װערק פון דער ליטעראטור, אין די פּיעסן, קינאָדפילמען, אין דער מוזיק, מאָלערײַ--- אין אלע פאָרמען פון דער קונסט. דער, װאָס פארשטייט דאָס נאָך ניט, זאָל זיך פארטראכטן, און מיר װעלן אים העלפן צו פארנעמען א ריכטיקע פּאָזיציע.
זאָל זײַן דערלויבט צו פרעגן דעם רעזשיסער פונעם פילם כאווער כוציעוו און זײַן שעף כאווער געראסימאָוו, וויָאזוי האָט געקאָנט אופקומען בא זיי די אידיי פון אזא בילד?
די ערנסטע פעלערן פונעם פילם זײַנען קלאָר. דוכט זיך, אז די קינאָדטוער, וועלכע האָבן געזען דעם פילם, האָבן באדארפט אָפנהארציק און דירעקט זאָגן דעם רעזשיסער וועגן דעם. נאָר פאָרגעקומען איז ארום דעם פילם עפעס אומגלויבלעכס. קיינער האָט נאָך דעם פילם ניט געזען, און עס האָט זיך שוין פאנאנדערגעוויקלט א ברייטע רעקלאם-קאמפאניע אין צווישנפעל- קערלעכן מאסשטאב, װי וועגן דער סאמע באטײַטפולסטער ,אויסערגעוויינלעכער דערשײַנונג אין אונדזער קונסט". צוליב װאָס איז עס נייטיק? מע טאָר אזוי ניט טאָן, כאוויירים, מע טאָר ניט!
,
ה ש ט
פּארטײיַשקײײַט און פאָלקישקײַט -- דער װויכטיקסטער פּרינציפּ פון אונדזער קונסט
די לעצטע יאָרן שענקען די טוער פון דער ליטעראטור און קונסט גרויס אופמערקזאמקײַט אין זייער שאפונג יענעם פעריַאָד אינעם לעבן פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט, וועלכער איז פארבונדן מיט סטאלינס פּערזאָנען-קולט. דאָס אלץ איז גאנץ פארשטענדלעך און געזעצמעסיק. עס האָבן זיך באוויזן װערק, אין וועלכע עס װערט עמעסדיק באלויכטן פון פּארטײיַשע פּאָזיציעס די סאָוועטישע װירקלעכקײַט פון יענע יאָרן. מע װאָלט געקאָנט ברענגען אלס בײַשפּיל א. טוואר- דאָווסקיס פּאָעמע ,װײַט-נאָךװײַט", א. סאָלזשעניצינס דערציילונג , איין טאָג פון איוואן דעני- סאָוויטשן?, יע. יעװטושענקאָס אייניקע לידער, דעם קינאָיפילם פון ג. טשוכרײַ ,דער ריינער הימל" און אנדערע ווערק.
די פארטיי האלט אונטער די עכט װאָרהאפטיקע קינסטלערישע װערק, װאָס פאר א נעגא- טיווע זײַטן פונעם לעבן זיי זאָלן ניט בארירן, אוב זיי העלפן דעם פאָלק אין זײַן קאמף פאר דער נײַער געזעלשאפט, אוב זיי באהעפטן און פארשטארקן זײַנע קרעפטן.
אלע ווייסן, ס'ארא וויכטיקע ראָליע עס שפּילט די סאטירע, באזונדערס מעשאָלים. דער כאווער מיכאלקאָוו, לעמאָשל, טרעט אָפט ארויס אין דעם דאָזיקן זשאנער. סאטירע איז װוי א שארף גאָלמעסער; זי באװײַזט דאָס ווילדפלייש באם מענטשן און שנײַדט עס גלײַך אָפּ, װי א גוטער כירורג. נאָר מיטן געווער פון סאטירע דארף מען קענען גוט זיך באנוצן, פּונקט װי א כירורג באנוצט זיך מיט זײַן מעסער, קעדיי אָפּשנײַדן דאָס שעדלעכע ווילדפלייש און ניט שעדיקן דעם אָרגאניזם, ניט פארשאפן אים קיין ראָע. דאָ איז נייטיק מײַסטערשאפט. אויב דו האָסט ניט בא- הערשט די דאָזיקע מײַסטערשאפט, איז נעם זיך ניט דערצו, װײַל דו וועסט אָנטאָן שאָדן אנדערע און אליין זיך די הענט צעשנײַדן. ריכטיק טוען די מאמעס, װאָס גיבן ניט די קינדער קיין שארפע זאכן, קאָלזמאן זיי האָבן זיך ניט אויסגעלערנט צו באנוצן מיט שארפע זאכן. (אופלעבונג אין זאל, אפלאַדיסמענטן.) '
בא דעם אלעם האלטן מיר פאר נייטיק צו ווענדן די אופמערקזאמקײַט פון אלע שעפע- רישע טוער אף אייניקע פעלערהאפטע מאָטיון און טענדענצן, וועלכע װײַזן זיך ארויס אין די װערק פון באזונדערע אװטאָרן. די ניט ריכטיקע טענדענצן באשטייען דעריקער דערין, װאָס די גאנצע אופמערקזאמקײַט ווערט אײנזײַטיק קאָנצענטרירט אף די פאקטן פון אומגעזעצלעכקײַט, ווילקיר, מיסברויך מיט דער מאכט.
געוויס, די יאָרן פונעם פּערזאָנעןיקולט האָבן איבערגעלאָזט שװוערע פאָלגן. אונדזער פּארטיי האָט געזאָגט דעם פאָלק דעם גאנצן עמעס וועגן דעם. צוזאמען דערמיט דארף מען האָבן אין זין און געדענקען, אז יענע יאָרן זײַנען ניט געווען קיין פּעריַאָד פון שטילשטאנד אין דער אנטוויקלונג פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט, װי דאָס שטעלן זיך פאָר אונדזערע אומפרײַנט. אונטער דער אָנפירונג פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי, אונטער דער פאָן פון די אידייען און געבאָטן פונעם גרויסן לענין האָט אונדזער פאָלק דערפאָלגרײַך געבויט און אויסגעבויט דעם סאָציָאליזם. דער סאָוועטנפארבאנד איז אדאנק די אָנשטרענגונגען פון דער פּארטיי און פונעם פאָלק פארוואנדלט געװאָרן אין א מעכטיקער סאָציאליסטישער מעלוכע, וועלכע האָט אויסגע- האלטן די שװערסטע מילכאָמע-אױספּרוּון, האָט זיגרײַך פארענדיקט דאָס בײַשפּיללאָזע אין דער געשיכטע געפעכט און פולשטענדיק צעקלאפט די פאשיסטישע כאיאָלעס. (עוטורמישע אפּ- לאַדיסנענטן)
דעריבער זאָגן מיר טאקע, אז ניט ריכטיק האנדלען יענע שרײַבער, וועלכע שאצן אָפּ ביז גאָר אײינזײַטיק יענעם עטאפּ אינעם לעבן פון אונדזער לאנד, פּרווונדיק פאָרשטעלן שיר ניט אלע געשעענישן אין א פינצטערער שײַן און שילדערן זיי אין שווארצע פארבן. עס זײַנען נאָך ניט פארשװוּנדן יענע ליטעראטן, וועלכע האלטן פאר בעסער צו שעפּן פאר זיך מאטעריאלן פונעם מיסטקאסטן און וועלכע ווילן אויסגעבן אזעלכע װערק אלס א װאָרהאפטיקע באלויכטונג פונעם לעבן פון פאָלק. די אָנהענגער פון דעם דאָזיקן שטאנדפּונקט האלטן, אז אלע װערק, אין וועלכע עס רעדט זיך וועגן די דערגרייכונגען פון אונדזער פאָלק, וועגן די פּאָזיטיווע זײיַטן אינעם לעבן, זײַנען ,לאקירונגס-ווערק". מיט אזעלכע באהויפּטונגען קאָן מען ניט מאסקים זײַן. עס איז באװוּסט, אז צופוצונגען זײַנען אין אייניקע װערק געווען, און די פּארטיי האָט ארויסגעזאָגט איר נעגאטיווע באציונג צו דער דאָזיקער דערשײַנונג. נאָר ניט אלץ איז דאָך אין יענעם פּעריִאָד גע- ווען שלעכט, דאָס פאָלק האָט אויך אין יענעם פּעריִאָד פון דער בױוּנג פון סאָציָאליזם ארויס- געוויזן העראָיַזם, און דעריבער טאָר מען ניט פארשמירן אלץ מיט דזעגעכץ.
מע דארף געבן א ווידערשטאנד די ליבהאָבער אָנצוקלעפּן אן עטיקעטקע ,לאקיראָוושטשיק" אף יענע שרײַבער און קונסט-טוער, וועלכע שרײַבן וועגן דעם פּאָזיטיוון אין אונדזער לעבן.
9
און װי זאָל מען, אויב אזוי, אָנרופן יענע, וועלכע זוכן אויס אינעם לעבן נאָר דאָס שלעכטע, מאָלן אלץ אין פינצטערע פארבן? װײַזט אויס, אז מע דארף זיי רופן דזעגעכץ-ישמירער. דאָס גוטע אינעם לעבן דארף ווירדיק אָפּגעשפּיגלט ווערן אין דער ליטעראטור און קונסט.
ס'איז גייטיק, אז די טוער פון דער ליטעראטור און קונסט זאָלן טיפער דערלערגען די דער- שײַנונגען פונעם לעבן און ריכטיקער באלײַכטן זיי אין זייערע ווערק. יעדער איינער דארף דינען דעם פאָלק, אונדזער אלגעמיינער זאך מיט זײַן געװער. איך האָב אין זינען יעדן שרײַבער, סקולפּטאָר, קאָמפּאָזיטאָר, טוער פון קינאָ און טעאטער. און דאָס געװער פון יעדן מין קונסט דארף געריכטעט װערן צום נוצן פון אונדזער פאָלק, קעדי צו טרעפן אין די סאָנים און דורכלייגן א וועג צו דער ליכטיקער צוקונפט -- צו דער קאָמוניסטישער געזעלשאפט.
מיר דארפן שטענדיק געדענקען וועגן דעם. מע דארף ניט קיין קלינגענדיקע פראזעס. וועגן יעדן שעפערישן טוער אורטיילט דאָס פאָלק לוט דעם, װאָס ער האָט געשאפן. אָט אייניקע פא- רורטיילן אלע די, וועלכע האָבן אין יענער צײַט געשריבן ווערק, זעענדיק אויך די פאָזיטיווע זײַטן פון אונדזער לעבן. מע דארף ניט סטאם טאדלען אלץ, װאָס איז אָנגעשריבן געװאָרן אין יענער צײַט. מע װועט זאָגן, אז דאָס איז אן אָפּגאנג פון אא און /1אא צוזאמענפאָרן. ניין, דאָס איז א באשטעטיקונג פונעם קורס פון אא און 8211 צוזאמענפאָרןף (שטורמישע אפּלאָדיסמענטן)
ווען דו לייענסט אי. ג. ערענבורגס מעמוארן, ציט צו דײַן אופמערקזאמקײַט דאָס, װאָס ער מאָלט אלץ אין פינצטערע טענער. גופע דער כ' ערענבורג איז אינעם פּעריָאָד פונעם פּערזאָנען- קולט ניט אויסגעשטאנען קיין רעפּרעסיעס אָדער באגרענעצונגען. גאנץ אנדערש איז געװען דער גוירל, לעמאָשל, פון אזא שרײַבער, װי גאלינא סערעבריאקאָווא, וועלכע איז א סאך יאָרן געווען ארעסטירט. נאָר ניט געקוקט דערוף, האָט זי פארהיט די מונטערקײַט, די טרײַהײַט צו דער פּארטיי און האָט גלײַך נאָך דער רעאביליטאציע זיך אײַנגעשלאָסן אינעם שעפערישן לעבן, גענומען זיך פאר איר געווער און שאפט װערק, וועלכע זײַנען נייטיק דעם פאָלק און דער פאר- טיי. (שטורמישע אפלאַדיסמענטן.)
אין לאנד זײַנען געשאפן געװאָרן מעכטיקע פּראָדוקטיוו-קרעפטן, עס איז פארווירקלעכט געװאָרן די קולטור-רעװאָליוציע. די אויסגעצייכנטע פרוכט פון די דאָזיקע גראנדיעזע ניצכוינעס פונעם סאָוועטישן פאָלק זעט הײַנט די גאנצע וועלט אינעם מעכטיקן גאנג פון אונדזער לאנד אפן וועג צום קאָמוניזם, אין די גרויסע אנטדעקונגען פון דער וויסנשאפט און טעכניק, אינעם דעראָ- בערן דעם קאָסמאָס. אונדזערע הײַנטיקע ניצכוינעס קאָן מען ניט באטראכטן אָפּגעריסן פון די דערגרייכונגען פון דער עקאָנאָמיק און קולטור פון יענע יאָרף
איצט שטעלט מען אָפּט די פראגע, פארװאָס זײַנען בייס סטאלינס לעבן ניט אופגעדעקט און אָפּגעשטעלט געװאָרן דאָס ברעכן די געזעצלעכקײַט און דאָס מיסברויכן מיט דער מאכט און צי װאָלט מען דאָס דעמלט געקאָנט טאָן? אין די פּארטיי-דאָקומענטן איז אונדזער שטאנד- פונקט וועגן דער דאָזיקער פראגע באלויכטן געװאָרן ניט איין מאָל מיט דער גאנצער פולקײַט און גענוגנדיקער קלאָרקײַט. צום באדויערן, זײַנען נאָך פאראן אזעלכע מענטשן, דערונטער אויך צוישן די קונסט-טוער, וועלכע פרוּוון זיך באלײַכטן די געשעענישן אין א פארקריפּלטער פאָרם. דעריבער קומט אונדז אויס אויך הײַנט נאָכאמאָל בארירן די פראגע װעגן סטאלינס פּערזאָ- נען-קולט.
עס פרעגט זיך, צי האָבן דעמלט געװוּסט די אָנפירנדיקע קאדרען, פון דער פארטיי, לאָמיר זאָגן, וועגן די ארעסטן פון מענטשן? יאָ, זי האָבן געװוּסט. צי האָבן זיי אָבער געװוּסט, אז מע האָט ארעסטירט לאכלוטן אומשולדיקע מענטשן? ניין. דאָס האָבן זי ניט געװוּסט. זי האָבן גע- גלייבט סטאלינען און האָבן ניט דערלאָזט דעם געדאנק, אז עס קאָנען אָנגעװענדט װערן רע- פרעסיעס קעגן ערלעכע מענטשן, וועלכע זײַנען איבערגעגעבן אונדזער זאך.
די סאָוועטישע געזעלשאפט האָט פון די ערשטע טעג פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע און ביז דער ענדגילטיקער ליקווידאציע פון די עקספּלואטאטאָרישע קלאסן אינװייניק אין לאנד גע- פונען זיך אין אן אומגעבונג פון שארפסטן קלאסנקאמף. די קלאסן-פּײַנט זײַנען צעקלאפּט גע- װאָרן אין דער אָפּענער שלאכט פונעם בירגערקריג, נאָר פיזיש זײַנען זי ניט ליקווידירט געװאָרן און האָבן זיך ניט אָפּגעזאָגט פון זייערע בייזוויליקע פּלענער צו שעדיקן דער סאָוועטישער אֶר- דענונג. זיי האָבן געענדערט די פאָרמען פונעם קאמף, זיי האָבן אָנגעהױבן באנוצן אזעלכע מע- טאָדן, וי סאבאָטאזש, שעדיקערײַ, געהיימע מאָרדן, טעראָריסטישע אקטן, בונטן.
צי האָט די רעװאָליוציע באדארפט פארטיידיקן אירע דעראָבערונגען? יאָ, זי האָט דאָס באדארפט טאָן און זי האָט דאָס געטאָן מיט דער גאנצער אנטשײידנקײַט פון די ערשטע טעג אָן. עס איז באװװוּסט, אז אין די ערשטע כאדאָשים פון דער סאָוועטנמאכט איז לויט וולאדימיר איליטש לענינס דעקרעט געשאפן געװאָרן אזא גרויזאמער פאר די פּײַנט פון דער רעװאָליוציע אָרגאן פון דער פּראָלעטארישער דיקטאטור, וי די װו. טש. ק. צוליב קאמף קעגן דער קאָנטררעװאָליוציע.
10
ווען עס זײַנען אופגעדעקט געװאָרן פארשווערונגען קעגן דער רעװאָליוציע, האָט סטאלין, אלס סעקרעטאר פונעם צענטראל-קאָמיטעט, געפירט א קאמף פאר אָפּרײניקן דאָס לאנד פון די פאר- שװוערער און האָט עס דורכגעפירט אונטערן לאָזונג פון קאמף קעגן די פײַנט פונעם פאָלק. מע האָט דערין אים געטרויט און אים אונטערגעהאלטן. אנדערש האָט עס גאָר ניט געקאָנט זײַןף אין דער פארגאנגענהײַט זײַנען דאָך ניט איין מאָל געווען אין דער געשיכטע פון אונדזער פּארטיי פאלן פון פאראטן די זאך פון דער רעװאָליוציע, לעמאָשל, די פּראָװאָקאטאָרישקײַט פונעם מיט- גליד פון דער באָלשעװיסטישער פראקציע אין דער מעלוכע-דומע -- מאלינאָווסקי.
בעראָש פונעם קאמף פון דער פּארטײי קעגן די פּײַנט פון דער רעװאָליוציע און פון דער סאָציָאליסטישער בויונג איז דעמלט געשטאנען סטאלין. דאָס האָט פארשטארקט זײַן אװטאָרי- טעט. אלעמען איז געווען אויך באװוּסט סטאלינס בײַטראָג אינעם רעװאָליציאָנערן קאמף ביז און בעשאס דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע און אין די שפּעטערדיקע יאָרן פון דער סאָציאליסטי- שער בווּנג. סטאלינס אװטאָריטעט איז באזונדערס אויסגעוואקסן אינעם פּעריָאָד פון קאמף קעגן די אנטילענינישע שטרעמונגען און אָפּאָזיציאָנעלע גרופּירונגען אינװייניק אין דער פּארטי, אינעם פּעריאָד פון קאמף פאר פארפעסטיקן די רייען פון דער פּארטיי און פון דער סאָוועטג- מאכט, קעגן אזעלכע פּײַנטלעכע דעם לעניניזם שיטעס און אָפּאָזיציאָנעלע גרופּעס אינװייניק אין דער פּארטיי, װי די טראָצקיסטן, זינאָװיעווצעס, רעכטע אָפּאָרטוניסטן און בורזשואזע נאציאָ- נאליסטן.
נאָך וו. אי. לענינס טוט האָט די פארטיי דורכגעפירט א דיסקוסיע מיט די טראָצקיסטן און זינאָוויעווצעס וועגן די גרונט-פראגן פון דער סאָציאליסטישער בויונג און פון דער אינער- לעך-פארטייישער לאגע. אין דער דאָזיקער דיסקוסיע זײַנען אופגעדעקט און דעמאסקירט גע- װאָרן די אנטילענינישע, פּײַנטלעכע צום סאָציָאליזם אָנשױוּנגען און האנדלונגען פון טראָצקין,. זינאָװיעװון און פון זייערע נאָכטענצער, -- אָנשווּנגען און האנדלונגען, וועלכע האָבן געהאט דעם ציל ארונטערצורײַסן דעם לענינישן קורס אין דער בױוּנג פונעם סאָציִאליזם בא אונדז אין לאנד אין די באדינגונגען פון דער קאפּיטאליסטישער ארומרינגלונג.
באלד נאָך די טראָצקיסטן זײַנען קעגן דעם לענינישן קורס פון דער פּארטיי אפן וועג פון דער אינדוסטריאליזאציע פונעם לאנד און קאָלעקטיויזאציע פון דער לאנדווירטשאפט ארויס- געטראָטן די רעכטע אָפּאָרטוניסטן בעראָש מיט בוכארינען, ריקאָוון און טאָמסקין, וועמעס אָנ- שויונגען, ווען זיי װאָלטן פארווירקלעכט געװאָרן אין לעבן, װאָלטן אומפארמײַדלעך געבראכט דערצו, אז די עקאָנאָמיק פון אונדזער לאנד װאָלט געװאָרן אָפּהענגיק פון די קאפּיטאליסטישע לענדער און דאָס װאָלט געקאָנט דערפירן צו דער רעסטאווראציע פונעם קאפּיטאליזם בא אונדז אין לאנד. די ליניע פון די רעכטע אָפּאָרטוניסטן האָט געפירט דערצו, אז אונדזער לאנד װאָלט זיך ארויסגעוויזן אומבאװאָפּנט אין מיליטערישער הינזיכט אין די באדינגונגען, ווען מיר זײַנען געשטאנען פאר א פאקט פון א פײַנטלעכער צו אונדז אגרעסיווער קאפיטאליסטישער ארומ- ינגלונג. 4
דער קורס פון אונדזער פארטיי אף אינדוסטריאליזירן דאָס לאנד און קאָלעקטיויזירן די לאנדווירטשאפט איז געווען א לענינישער קורס, אים האָט אונטערגעהאלטן די גאנצע פּארטײ, אלע ארבעטנדיקע פונעם לאנד. מיר האָבן פאר צען יאָר באדארפט דורכגיין אין דער עקאָנאָד מישער אנטוויקלונג אזא היסטאָרישן וועג, וועלכן מײַרעװ-אײראָפּע האָט דורכגעמאכט פאר הונ- דערט יאָר. אינעם קאמף קעגן די טראָצקיסטן, זינאָװיעווצעס, בוכארינצעס און בורזשואזע נאציאָנאליסטן האָט סטאלין אין די ערשטע יאָרן נאָך וו. אי. לענינס טוט פארטיידיקט די לעניי נישע פּאָזיציעס און האָט אָפּגעשפּילט אין דעם א באדײַטנדיקע ראָליע. דעריבער האָבן ד' פארטיי און די מאסן געגלייבט אים, אונטערגעהאלטן אים.
נאָר סטאלינען זײַנען געווען אייגנטימלעך גרויסע כעסרוינעס און פעלערן, אף וועלכע וולאדימיר איליטש לענין האָט בעשײַטע געװענדט די אופמערקזאמקײַט פון דער פּארטיי.
דער גרויסער לענין האָט אָנגעװיזן אף דער געפאר, אז, האָבנדיק קאָנצענטרירט אין זײַנע הענט א גרויסע מאכט, װעט סטאלין ניט קענען ריכטיק באנוצן זיך מיט איר מאכמעס זײַנע גרויסע פּערזענלעכע כעסרוינעס. אייצענדיק צו פארבײַטן סטאלינען אפן פּאָסטן פון גענעראל- סעקרעטאר פונעם צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי, האָט וולאדימיר איליטש אין דער זעל- בער צײַט געהאלטן, אז אף דעם דאָזיקן פּאָסטן דארף מען אוועקשטעלן אזא טוער, ;װאָס זאָל אין אלע אנדערע הינזיכטן אונטערשיידן זיך פונעם כ' סטאלין בלויז מיט איין איבערװאָג, נעמ: עך דערמיט, װאָס ער פארמאָגט מער טאָלעראנץ, איז לאָיאלער, איידעלער און אופמערקזאמער צו כאוויירים, איז װוייניקער קאפּריז אאוו.".
וולאדימיר איליטש לענין האָט געהאלטן סטאלינען פאר א מארקסיסט, פאר אן אָנגעזעענעם טוער פון אונדזער פּארטיי, אן איבערגעגעבענעם דער רעװאָליוציע. זײַנע געדאנקען האָט
11
|
דו. אי. לענין ארויסגעזאָגט אין א בריוו צום אָרדנטלעכן פארטיי-צוזאמענפאָר. דער בריוו איז בא- טראכט געװאָרן דורך די דעלעגאציעס פונעם 210 פארטיי-צוזאמענפאָר. לייזנדיק די דאָזיקע פראגע, איז די פארטיי דעמלט ארויסגעגאנגען פון דער רעאלער קויכעס-פארהעלטעניש אינויי- גיק אין צק און, נעמענדיק אין אכט סטאלינס פּאָזיטיווע אייגנשאפטן, אלס א טוער, האָט !י פּארטיי מיט גלויבן זיך באצויגן צו סטאלינס צװאָגן, אז ער װעט זײַן אימשטאנד בײַצוקומען די כעסרוינעס, אף וועלכע עס האָט אָנגעװיזן וולאדימיר איליטש. סטאלין האָט דערנאָך געבראָכן זײַן װאָרט און האָט מיסברויכט מיטן צוטרוי פון דער פּארטיי, און דאָס האָט געבראכט צו די שווערע פאָלגן, וועלכע האָבן באקומען א פארשפּרייטונג אינעם פּעריַאָד פונעם פערזאָנען-קולט.
די פּארטיי האָט מיט דער גאנצער אומבעשאָלעמדיקײַט פארורטיילט און זי פארורטיילט אויך װײַטער דאָס, װאָס סטאלין האָט גראָב געבראָכן די לענינישע נאָרמעס פונעם פארט לעבן, זי פארורטיילט זײַן ווילקיר און מיסברויכן מיט דער מאכט, וועלכע האָבן געבראכט אן ערנסטן שאָדן דער זאך פונעם קאָמוניזם. און בא דעם אלעם שאצט אֶפּ די פארטיי סטאלינס פארדינסטן פאר דער פארטיי און פאר דער קאָמוניסטישער באוועגונג. מיר האלטן אויך איצט, אז סטאלין איז געווען איבערגעגעבן דעם קאָמוניזם, ער איז געווען א מארקסיסט, דאָס טאָר מען ניט און מע דארף ניט אָפּלײיקענען. זײַן שולד באשטייט דערין, װאָס ער איז באגאנגען גראָ- בע פעלערן פון טעאָרעטישן און פּאָליטישן כאראקטער, ער האָט געבראָכן די לענינישע פרינ- ציפן פון מעלוכישער און פארטייישער אָנפירונג, ער האָט מיסברויכט מיט דער מאכט, וועלכע די פּארטיי און דאָס פאָלק האָבן אים אָנפארטרױט.
ווען מע האָט סטאלינען געבראכט צו קװוּרע, זײַנען בא א סאך מענטשן, דערונטער אויך בא מיר, געשטאנען טרערן אין די איגן. דאָס זײַנען געװען אופריכטיקע טרערן כאָטש מיר האָבן געװוּסט וועגן אייניקע סטאלינס פּערזענלעכע כעסרוינעס, נאָר מיר האָבן אים געטרויט.
קעדיי האָבן א מער קלאָרע פאָרשטעלונג, װי גרויס עס איז געווען דער גלויבן אין סטא-
יאקיר. דאָס איז געווען א גרויסער מיליטער-מאן און א קרישטאָל-ריינער באָלשעוויק, ער איז טראגיש און אָן קיין שום שולד אומגעקומען אין יענע יאָרן א פארורטיילטער צום טויט, האָט ער געגלייבט, אז סטאלין האָט דערצו קיין שײַכעס ניט, און פארן דערשיסן אים האָט ער אויס- געשריַען: ;זאָל לעבן סטאלין!* אף די פארהערן האָט דער כאווער יאקיר געמאָלדן די אויספאָר- שער, אז דער ארעסט און די באשולדיקונג קעגן אים איז א פּראָװאָקאציע, אז מע האָט ארײַג- געפירט די פּארטיי און סטאלינען אין א טאָעס, זיי װעלן זיך פאנאנדערקלײַבן אין דעם אלעם, זיך פאנאנדערקלײַבן דערין, אז אזעלכע מענטשן, װי ער, קומען אום אין רעזולטאט פון פּראָ- ואָקאציעס. און אזוי האָט געטראכט ניט בלויז דער כאווער יאקיר, אזוי האָבן געטראכט אויך א סאך אנדערע, אומשולדיק געליטענע אָנגעזעענע טוער פון דער פּארטיי און פון דער מעלוכע.
סטאלין איז אין די לעצטע יאָרן פון זײַן לעבן געװען א שטארק קראנקער מענטש, װאָס האָט געליטן פון כשאָדים, פון פארפאָלגונגס-מאניע. די פארטיי האָט ברייט דערציילט דעם פאָלק. וועגן דעם, ויאזוי סטאלין האָט געשאפן אזעלכע איניאָנים", וי דער ,לענינגראדער איגיען", דער ;איניען פון די דאָקטױירים? און אנדערע. נאָר אזעלכע ,איניאָנים", כאוויירים, װאָלטן דאָך געווען א סאך מער, ווען אלע, װער עס האָט געארבעט צוזאמען מיט סטאלינען אין יענעם פע- ריָאָד, װאָלטן אין אלץ מאסקים געווען מיט אים. איך האָב איינמאָל אין מײַנער אן ארויסטרעטונג דערציילט וועגן דעם, װי סטאלין האָט בעדייע געהאט צו צעבלאָזן דעם אזויגערופענעם איניען ;וועגן דעם מאָסקװער קאָנטרררעװאָליציַאָנערן צענטער". נאָר, װי באװוּסט, האָט מען אים ניט גענומען נאָכבאָמקען, און די קאדרען פון דער מאָסקװער פּארטיי-אָרגאניזאציע האָבן ניט געליטן פון נײַע מאסן-רעפּרעסיעס.
עס איז אויך באװוּסט, אז סטאלין האָט געהאט בעדייע אױסצוראָטן א באדײַטנדיקן טייל פון דער שעפערישער אינטעליגענץ פון סאָוועטן-אוקראיַנע. אפּאָנעם, אונטערגעהעצט פן בעריאן און קאהאנאָוויטשן, האָט ער כוישעד געווען, אז אין דער נאָכמילכאָמעדיקער סאָװועטן- אוקראינע רײַפן צוישן דער שעפערישער אינטעליגענץ עפעס נאצײ;אָנאליסטישע טענדענצן שטימונגען, און ער האָט גענומען אונטערשטויסן די געשעענישן אין אזא ריכטונג, אז מע זאָל זיך צערעכענען מיט די אָנגעזעענסטע שרײַבער און קונסט-טוער פון אוקראינע. ווען די אוקראי- נישע באָלשעװיקעס װאָלטן זיך דעמלט אונטערגעגעבן סטאלינס שטימונגען, װאָלט, מיסטאמע, די אוקראיִנישע אינטעליגענץ געליטן גרויסע פארלוסטן און עס װאָלט, װײַזט אויס, געשאפן געװאָרן אן ,איניען? וועגן די אוקראינישע נאציאָנאליסטן.
װיסנדיק סטאלינס קרענקלעכע פארדאכטן, פלעגן די אויסשפּירונגען פון די אימפּעריאליס- טישע לענדער ,אונטערווארפן* אזעלכע איניאָנים און אזעלכע , דאָקומענטן", וועלכע האָבן אויס- געזען גאנץ װאָרהאפטיק און האָבן געשאפן די פולע זיכערקײַט, אז בא אונדז אין לאנד זײַנען
12
קעגן דער סאָוועטנמאכט, קעגן דער סאָװעטן-מעלוכע געװען טעטיק גרופּעס מיליטערישע ספעצן, עס האָבן זיך געשפּינט פארשוערונגען מיצאד פארשיידענע פארברעכערישע גרו- פּירונגען.
די ליבהאָבער פון דער מעמוארן-ליטעראטור באשרײַבן אָפּטלעך, וי זיי װאָלטן געקוקט פון דער אויסלענדישער װײַטקײַט, די געשעענישן פון יענער צײַט, דערבײי באשרײיַבן זי אזעלכע געשעענישן, וועלכע זײַנען ווירקלעך געווען װײַט פון זי סײַ לויטן טאָך, סײַ לויט די פאָלגן, װאָס זײַנען ארויסגערופן געװאָרן דורך די דאָזיקע געשעענישן.
עס זײַנען אָבער פאראן בא אונדז אזעלכע כאוויירים און זייער באװוּסטע שרײַבער, קונסט- טוער, וועלכע האָבן, קאָן מען זאָגן, אף זיך זעלבסט אױסגעפּרוּווט די מײַסים פונעם סטאלינישן ווילקיר און האָבן אפילע אין יענע אויסשליסלעך שווערע צײַטן ניט שאָלעם געמאכט מיט אזעל- כע דערשײיַנונגען, האָבן פּראָטעסטירט און געווענדט זיך דירעקט צו סטאלינען מיט אָפּנהארציקע מעלדונגען.
אונדזער כאָשעװער מיכאיל אלעקסאנדראָוויטש שאָלאָכאָוו האָט אין פרילינג 1932 אופגע- הויבן זײַן שטים פון פּראָטעסט קעגן דעם ווילקיר, װאָס האָט אין יענער צײַט געהערשט אפן דאָן. ניט לאנג צוריק האָט מען אין די ארכיוון געפונען מיכאיַל אלעקסאנדראָוויטשעס צװיי בריוו צו סטאלינען און סטאלינס ענטפערס אף די דאָזיקע בריוו. עס איז אומעגלעך אָן רעגונג צו לייענען שאָלאָכאָװס עמעסדיקע, מיט בלוט פונעם הארצן אָנגעשריבענע װערטער ועגן די שוידערלעכע האנדלונגען פון מענטשן, וועלכע זײַנען באגאנגען זייערע פארברעכערישע מײַסים אין וועשענסקאיא און אין אנדערע ראיאָנען פונעם דאָן.
מיכאיַל אלעקסאנדראָוויטש האָט געשריבן סטאלינען אין זײַן בריוו פון 16 אפּרעל 1933: ;די דאָזיקע בײַשפּילן קאָן מען ברענגען אָן א סאָף. דאָס זײַנען ניט קיין באזונדערע פאלן פון אן איבערבייג, דאָס איז א פארגעזעצלעכטער אין ראיאַנעם מאסשטאב ,מעטאָד" פון דורכפירן די ברויט-פארגרייטונגען. וועגן די דאָזיקע פאקטן האָב איך געהערט אָדער פון קאָמוניסטן, אָדער פון די קאָלװירטניקעס גופע, וועלכע האָבן איבערגעליטן אָט די אלע ,מעטאָדן" אף זיך אליין און זײַנען נאָכדעם געקומען צו מיר מיט ביטעס, איך זאָל ,, באשרײַבן דאָס אין בלאט".
צי געדענקט איר, יאָסיף װיסאריאָנאָװיטש, קאָראָלענקאָס פארצייכענונג , אינעם בארווקטך דאָרף"? אָט אזא מין ,נעלעם ווערן" איז אָפּגעטאָן געװאָרן ניט מיט דרי פּוערים, וועלכע מע האָט כוישעד געווען, אז זי האָבן באגאנוועט דעם באלעגוף, נאָר מיט צענדליקער טויזנטער קאָל- ווירטניקעס. דערבייַ זײַנען, װי איר זעט, אָנגעװענדט געװאָרן רײַכערע טעכנישע מיטלען אוך גרעסערע דערפינדערישקײַט?.
שאָלאָכאָוו האָט װײַטער געבעטן סטאלינען, ער זאָל צוקוקן זיך, װאָס עס קומט פאָר איך די ראיאָנען. ;אױיספאָרשן דארף מען ניט בלויז די איניאָנים פון יענע, וועלכע האָבן זיך איז- דיעקעוועט איבער די קאָלװירטניקעס און איבער דער סאָוועטנמאכט, נאָר אויך די איניאָנים פון יענע, וועמעס האנט עס האָט מיט זיי דיריזשירט".
;אויב דאָס אלץ, װאָס איך האָב באשריבן, פארדינט די אופמערקזאמקײַט פונעם צק, -- שיקט אין וועשענסקער ראיאָן עמעסע קאָמוניסטן, בא וועמען עס װעט קלעקן דרײיסטקײַט צו דעמאסקירן, ניט לייגנדיק קיין אכט אף פּערזאָנען, יענע אלע, װאָס איבער זײיער שולד איז שטערבלעך אונטערגעריסן געװאָרן די קאָלװירטישע ווירטשאפט פונעם ראיאָן, זי זאָלן װי עס באדארף צו זײַן אויספאָרשן און אופדעקן ניט בלויז אלע די, װער עס האָט אָנגעװענדט צו די קאָלװירטניקעס עקלהאפטע ,מעטאָדן" פון פּײַניקן, שלאָגן און איזדיעקעווען זיך, נאָר אויך יענע, וועלכע האָבן זיי באגײַסטערט דערצו".
מע װאָלט געקאָנט ברענגען אויך אנדערע אויסצוגן פון כ' שאָלאָכאָװס בריוו, פון דעם דירעקטן, אָפּנהארציקן און דרייסטן בריוו, וועלכער איז, אגעוו, נישט אָפּגעדרוקט ניט אין זײַנע ווערק, ניט אין זײַנע דערינערונגען.
איך וויל אָבער אָפּשטעלן זיך אף אן אנדער זאך -- װאָס זשע האָט סטאלין גענעטפערט אף די בריוו פונעם שרײַבער שאָלאָכאָוו? ער האָט אָנגעשריבן מיכאיל אלעקסאנדראָוויטשן וועגן דעם, אז ,אײַערע בריוו מאכן א ביסל אן אײנזײַטיקן אײַנדרוק". אין סטאלינס בריוו װוערט געזאָגט:
;איך האָב אײַך באדאנקט פאר די בריוו, אף וויפל זיי דעקן אוף א קראנק אָרט פון אונדזער פּארטיייִש-סאָװעט. ארבעט, זיי דעקן אוף, וויָאזוי אונדזערע טוער, וועלנדיק צוימען דעם סוינע, קלאפן צומאָל אומגערן איבער די פרײַנט און דערקײַקלען זיך ביז סאדיזם. דאָס הייסט אָבער ניט, אז איך בין אין אלץ מאסקים מיט אײַך. איר זעט איין זײַט, איר זעט ניט שלעכט. דאָם איז אָבער נאָר איין זײַט פון דער זאך. קעדיי קיין טאָעס ניט האָבן אין פּאָליטיק (אײַערע בריוו זײַנען ניט קיין בעלעטריסטיק, נאָר דורכויסיקע פּאָליטיק), דארף מען ארומקוקן, דארף מען קע-
13
נען זען אויך די צווייטע זײַט. און די צווייטע זײַט באשטייט דערין, װאָס די כאָשעװע ערדאר- בעטער פון אײַער ראיאָן (און ניט בלויז פון אײַער ראיאָן) האָבן דורכגעפירט אן ,איטאליאנקע" (סאבאָטאזש:) און האָבן ניט געהאט קעגן, אז מע זאָל איבערלאָזן די ארבעטער, די רויטע ארמיי אָן ברויט! דער פאקט, װאָס דער סאבאָטאזש איז געװען א שטילער און אויסערלעך אן אומשול- דיקער (אָן בלוט), -- דער דאָזיקער פאקט ענדערט ניט דעם אומשטאנד, װאָס די כאָשעװע ערד- ארבעטער האָבן אין טאָך געפירט א ;שטילע" מילכאָמע מיט דער סאָוועטנמאכט. א מילכאָמע אף . אויסמאטערן, טײַערער כ' שאָלאָכאָװו... פארשטייט זיך, אז דער דאָזיקער אומשטאנד קאָן אין קיין שום פאל ניט בארעכטיקן יענע סקאנדאליעזע מײַסים, וועלכע עס האָבן, װי איר פארזיכערט, דערלאָזט אונדזערע טוער, -- האָט סטאלין װײַטער געשריבן. -- און די שולדיקע אין די דאָזיקע סקאנדאליעזע מײַסים דארפן באקומען די געהעריקע שטראָף. פונדעסטוועגן איז קלאָר, וי דער טאָג, אז די כאָשעװע ערדאר- בעטער זײַנען גאָרניט אזעלכע אומשולדיקע מענטשן, װי דאָס װאָלט זיך געקאָנט אויסדוכטן פון װוײַטן". אָט זעט איר, לאָזט זיך אויס, אז דער שרײַבער מיכאיַל אלעקסאנדראָװויטש שאָלאָכאָו, װאָס האָט סיגנאליזירט סטאלינען וועגן הימלשרײַענדיקע אומגעזעצלעכקײַטן, האָט געזען די געשעענישן, ,װי דאָס װאָלט זיך געקאָנט אויסדוכטן פון װײַטן". און דאָס װערט געזאָגט צו א שרײַבער, װאָס האָט זיך געפונען אין דער געדיכטעניש פונעם פאָלק און האָט געשאפן דאָס בעסטע, װאָרהאפטיקע פּארטיייַשע בוך װעגן קאָלעקטיװויזאציע -- ,אופגעאקערטע רויערד". (דויערנדיקע אפלאַדיסמענטן.) װי אן עכטער שרײַבער א באָלשעװיק, האָט מ. שאָלאָכאָו ניט שאָלעם געמאכט מיט דער הימלשרײַענדיקער אומגערעכטיקײַט, ער האָט אופגעהויבן זײַן שטים קעגן די אומגעזעצלעכ- קײַטן, וועלכע זײַנען באגאנגען געװאָרן אין יענער צײַט, נאָר סטאלין איז געבליבן טויב צו די דאָזיקע סיגנאלן שאָלאָכאָווס, װי צו די פילצאָליקע ענלעכע סיגנאלן פון אנדערע מוטיקע קאָמוניסטן. וועגן סטאלינס מיסברויכן מיט דער מאכט און וועגן די באגאנגענע דורך אים פאקטן פון ווילקיר האָבן מיר זיך דערװוּסט ערשט נאָך זײַן טוט און נאָכן דעמאסקירן בעריאן -- אָט דעם פארביסענעם סוינע פון דער פּארטיי און פונעם פאָלק, דעם שפּיאָן און עקלהאפטן פּראָװואָקאטאָר. מע דארף נעמען אין אכט, אז בעריֵא, אָט דער מיַעסער מענטש, האָט אפילע ניט געפונען פאר נייטיק אויסצובאהאלטן זײַן פרייד בא סטאלינס אָרן, ער האָט זיך מעשוגענערװײַז געריסן צו דער מאכט, צו לידערשאפט אין דער פארטיי. און אזא געפאר האָט רעאל עקזיסטירט אין יענער צײַט. דאָס האָט פארבאָרגן אין זיך א גרויסע געפאר פאר די דעראָבערונגען פון דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע, פאר דער זאך פון דער קאָמוניסטישער בױוּנג בא אונדז אין לאנד און אויך פאר די דערפאָלגן פון דער צווישנפעלקערלעכער קאָמוניסטישער באוועגונג. בעריֵא האָט באלד אין די ערשטע טעג נאָך סטאלינס טוט אָנגעהױבן פאָרנעמען שריט אף דעזאָרגאניזירן די ארבעט פון דער פארטיי און אף אונטערײַסן די פרײַנטלעכע באציונגען צווישן דעם סאָוועטנפארבאנד און די ברידערלעכע לענדער פונעם סאָציָאליסטישן לאגער. בעריא צוזאמען מיט מאלענקאָוון, לעמאָשל, זײַנען ארױסגעטראָטן מיטן פּראָװאָקאציָאָנעלן פאָרשלאָג צו ליקווידירן די דײַטשישע דעמאָקראטישע רעפובליק אלס סאָציאליסטישע מעלוכע, רעקאָמענדירן דער סאָציָאליסטישער אײנהײַטלעכער פארטיי פון דײַטשלאנד אָפּצוזאָגן זיך פון דעם לאָזונג פון קאמף פאר אויסבויען דעם סאָציַאליזם. דעמלט טאקע האָט דער צענטראל- קאָמיטעט פון דער פּארטיי מיט צאָרן אָפּגעװאָרפן אָט די פארעטערישע פאָרשלאָגן און דערלאנגט א צעשמעטערנדיקן ווידערשטאנד די פּראָװאָקאטאָרן. די מאָסמיטלען, וועלכע דער צענטראל-קאָמיטעט האָט אָנגענומען, האָבן באשיצט די פּארטיי און דאָס לאנד קעגן די נידערטרעכטיקע פלענער פון בעריָאן, פון אָט דעם פארביסענעם אגענט פון די אימפּעריָאליסטן. כאוויירים, וועגן דעם אלעם דארף מען גוט געדענקען, אין די היסטאָרישע געשעענישן דארף קענען זיך טיף פאנאנדערקלײַבן יעדער איינער, װאָס שאפט װערק װועגן דעם לעבן פון דער סאָוועטישער געזעלשאפט, וועגן איר קעגנווארט און פארגאנגענהײַט. דאָס סאָוועטישע פאָלק איז דורכגעגאנגען א גרויסן און רומפולן וועג פון צעשטערן די אלטע, בורזשואזע וועלט ביז אויסבויען די נײַע, סאָציאליסטישע געזעלשאפט, װאָס האָט ענדגילטיק געזיגט בא אונדז אין לאנד. (דויערנדיקע אפּלאַדיסמענטן) , דער דאָזיקער וועג איז געווען ניט קיין לײַכטער; אינעם קאמף פארן זיג פונעם סאַציאליזם איז אונדזער פאָלק העראָיַש בײַגעקומען אלע שװעריקײַטן און מאנגלען, וועלכע זײַנען פאר אים אופגעקומען. אין פּראָצעס פון בײַקומען די שװעריקײַטן האָט זיך פאָרמירט דער כאראקטער
14 וי
פונעם סאָװועטישן מענטשן, פונעם מענטשן פון דער נײַער געזעלשאפט, פונעם קעמפער פאר דער רעװאָליוציִאָנערער איבערגעשטאלטונג פון דער וועלט. די הויכע לענינישע אידײיַשקײַט, דער אײַזנפעסטער וילן, די אנטשלאָסנקײַט צו זעלבסטאָפּערונג לעשעם דעם טריומף פון די קאָמוניסטישע אידעאלן -- דאָס זײַנען גלענצנדיקע שטריכן פון דעם געשטאלט פון די דוירעס סאָוועטישע מענטשן, וועלכע זײַנען דערצויגן געװאָרן דורך דער קאָמוניסטישער פּארטײַ. די סאָוועטישע מענטשן איז פרעמד סקעפּטיציזם, װילנלאָזיקײַט און שלאבעריקײַט, פעסימיזם און ניהיליסטישע באציונג צו דער װױרקלעכקײַט.
עס רופט ארויס א כידעש, ווען אין אייניקע ליטערארישע װערק, קינאָ-פילמען און ספעק- טאקלען װערן אף קאָלערלײ אויפאנים באשריבן די טרויעריקע און נאָגנדיקע איבערלעבונגען פון מענטשן אין צוזאמענהאנג מיט די שװעריקײַטן אין זייער לעבן. אזוי מאָלן בילדער פונעם לעבן קאָנען בלויז מענטשן, װאָס אליין נעמען זיי ניט קיין אָנטײל אין דער שאפונגס-טעטיקײַט פונעם פאָלק, זי זײַנען ניט באגײַסטערט מיט דער פּאָעזיע פון זײַן מי, זיי קוקן אף אלץ פון דער זײַט. לוט דער אייגענער דערפארונג, אלס אן אָנטײלנעמער פוֹן די געשעענישן אין יענע יאָרן, וועלכע װוערן צומאָל געשילדערט אין פינצטערע פארבן און גראָע טענער, קאָן איך זאָגן, אז דאָס זײַנען געוען גליקלעכע, פריידיקע יאָרן, יאָרן פון קאמף און ניצכוינעס, פונעם טריָומף פון די קאָמוניסטישע אידייען. (דויערנדיקע אפּלאַָדיסמענטן)
ניט לאנג צוריק האָט כ' וואלטער אולבריכט באוויזן אונדז א דאָקומענטאלן קינאָ-פילם ;רוסישער װוּנדער", געשאפן דורך די דײַטשישע קינאָ-טוער אנעלי און אנדרע טאָרנדײַק. דאָס איז אן אויסגעצייכנטער פילם. ווען מיר האָבן אים געקוקט, זײַנען פאר אונדזערע אויגן דורכ- געגאנגען װאָרהאפטיקע בילדער פונעם לעבן פון אונדזער לאנד. ווען מיר האָבן דאָס געזען האָב אי אין דער מאסע אָנטײלנעמער פונעם בירגערקריג פּונקט וי געזען זיך זעלבסט, אזעלכע ןג עווען די שלאכטלײַט פון דער רויטער ארמיי אין יענער צײַט. דער פילם איז צונויפגע- שטעלט אף אונדזערע דאָקומענטאלע מאטעריאלן. װי זאָגט מען דאָס, גיב גאָט, אז אונדזערע קינאָ-טוער זאָלן שאפן װאָס מער אזעלכע גוטע, װאָרהאפטיקע פילמען. דער פילם ארוסישער װווּנדער" באװײַזט אונדזער נעכטיקן טאָג אין דער קעגנשטעלונג מיטן הײַנטיקן טאָג. קוקסט דעם דאָזיקן פילם און טראכסט -- װי װײַט אונדזער לאנד האָט א שפּאן געטאָן פאָרויס! (אפ-
דיסמענטן)
און מיר װאָלטן אונדזערע יונגעלײַט געװאָלט אייצען: לערנט זיך פון דער געשיכטע פון דער רעװאָליוציע, פון דער געשיכטע פונעם קאמף, װאָס זײַנע אָנטײלנעמער זײַנען געווען אײַערע טאטעס און מאמעס, און היט הייליק אָפּ דעם אָנדענק וועגן יענע, וועלכע זײַנען שוין ניטאָ, און באציט זיך מיט אָפּשײַ צו יענע, וועלכע לעבן, און נעמט בא זיי אף דער באװאָפענונג אין אײַערע הענט אלץ, קעדיי איר זאָלט זײַן ווירדיקע מענטשן, װוירדיקע פאָרזעצער פון דער זאך פון אײַערע טאטעס. (ע:טורמיעשע אפּלאַדיסמענטן.) אוב איר װועט ניט פארהיטן די ווירדע, וועט אף אײַך פאלן א שאנדע.
מיר גלויבן טיף אין אונדזער פאָלק, אין זײַן קראפט, אין זײַן שעפערישן רעװאָליציַאָנערן גײַסט. מיר גלייבן, אז אונלוער שעפערישע יוגנט װעט פאָרזעצן די זאך פון זייערע טאטעס, װועט גיין שטענדיק אין טראָט מיטן פאָלק.
א שלאכטמאן, װאָס איז באגײַסטערט מיט דער הויכער שטרעבונג צום זיג, באמערקט ניט די שװעריקײַטן פון די קריגס-מארשן און שלאכטן, װי גרויס די דאָזיקע שװעריקײַטן זאָלן ניט זײַן. ער איז מאקריוו זײַן לעבן פאר דער אידיי, װײַל אינעם מאָמענט פון שארפסטן קאמף ווערט פאר אים די אידיי העכער פון אלע שװעריקײַטן, העכער פאר אלץ.
די אָפּשאצונג, וועלכע א מענטש גיט די לעבנס-דערשײַנונגען און די היסטאָרישע גע- שעענישן, איז אָפּהענגיק דערפון, אף וועלכע אידיייִשע פּאָזיציעס ער אליין איז געשטאנען און שטייט אין זײַן באציונג צו די דאָזיקע דערשײַנונגען און געשעענישן. עס זײַנען פאראן ביכער וועגן אונדזער רעװאָליו; ציע און װעגן דער סאָציאליסטישער בױוּנג, וועלכע זײַנען אָנגעשריבן געװאָרן דורך מענטשן, װאָס האָבֿן באאָבאכטעט די רעװאָליוציע און די איבערגעשטאלטנדיקע טעטיקײַט פונעם פאָלק, ,וי פון א בוידעם-פענצטער".
וועגן דער רעװאָליוציע, װועגן דעם לעבן און דער טעטיקײַט פונעם סאָועטישן פאָלק האָבן געשריבן ביכער אויך אזעלכע מענטשן, וועמען די רעװאָליוציע האָט ארוױיסגעשלאָגן פון זייערע אײַנגעזעסענע ווארעמע נעסטן, מענטשן, וועלכע האָבן די רעװאָליוציע ניט פארשטא- נען און ניט אָנגענומען. די כוואליעס פון די געשעענישן האָבן זיי געשלײַדערט פון איין עק צום צווייטן --- פון מאָסקוֹוע קיין קרים, פון קרים קיין טביליסי, און פון דאָרטן איבער דער גאנצער וועלט. אין די דערציילונגען, ראָמאנען און מעמוארן גראָבן זיי זיך אין זייערע איבערלעבונגען אין צוזאמענהאנג מיט די שװעריקײַטן, וועלכע זײַנען געפאלן אף זיי און אף ענלעכע צו זי,
15
4 יי א 22
וועגן דעם, װי זיי איז אויסגעקומען צו שפּײַזן זיך מיט ניט קיין, פרישע פיש אדג. אונדזעהע סאָוועטישע מענטשן האָבן דעמלט באזיגט די סאָנים, זײַענדיק שלעכט אָנגעטאָן און האלב הוג געריק, ניט האָבנדיק צומאָל אפילע קיין ניט פרישע פיש, זי האָבן אָבער ניט געכניקעס און ניט געקרעכצט, זי האָבן אָן וואקלונגען זיך געשלאָגן, מיט מעסירעסנעפעש פארטיידיקט זי דעראָבערונגען פון דער רעװאָליוציע. (שטורמישע אפּלאַדיסמענטן)
/אונדזער פּארטיי איז שטענדיק געשטאנען פאר פּארטײיַשקײַט אין דער ליטעראטור און קונסט. זי באגריסט אלעמען -- סײַ די אלטע, סײַ די יונגע טוער פון דער ליטעראטור און קונסט, די פּארטיייַשע און אומפּארטײיַשע, נאָר וועלכע שטייען פעסט אף די פּאָזיציעס פון קאָ- מוניסטישער אידײיַשקײַט אין די פראגן פון קינסטלערישער שאפונג. אזעלכע זײַנען דער אָנ- שפּאר פון דער פארטיי, אירע טרײַע סאָלדאטן. (אפּלאָדיסמענטן.)
מיר האלטן זיי אונטער און װעלן אונטערהאלטן, מיר זאָרגן און װעלן זאָרגן וועגן דעם, אז עס זאָלן וואקסן און קרעפטיק װוערן אונדזערע שעפערישע קויכעס, עס זאָלן זיך באהעפטן אין אן אײינהײַטלעכער קעמפערישער מישפּאָכע די רעװאָליציאָגערע קינסטלער, וועלכע פארטיי- דיקן קאָנסעקװענט אין זייער שאפונג די זיגרײַכע אידייען פונעם מארקסיזם-לעניניזם, זײַנען אומבעשאָלעמדיק צו אלץ, װאָס איז פויל, פרעמד, פּײַנטלעך, פונוואנען עס זאָל ניט ארײַנדרינגען. (אפּלאָדיסמענטן.)
דאָ איז ארױיסגעטראָטן דער פּאָעט ר. ראָזשדעסטװענסקי. ער האָט פאָלעמיזירט מיט נ. גריבאטשאָווס ליד ;ניין, ייִנגלעך!." כ' ראָזשדעסטװענסקיס ארויסטרעטונג איז געװען דורכגעדרונגען מיטן געדאנק, אז קלוימערשט בלױז די גרופע יונגע ליטעראטן דריקט אס די שטימונגען פון אונדזער גאנצער יוגנט, אז זיי זײַנען די דערציער פון דער יוגנט. דאָס איז לאכלוטן ניט אזוי. אונדזער סאָוועטישע יוגנט איז דערצויגן דורך דער פארטיי, זי גייט נאָך דער פּארטיי, זי זעט אין דער פּארטיי איר דערציִער און פירער. (שטורמישע אפּלאַדיסמענטן)
פאר דעם יונגן דיכטער ר. ראָזשדעסטװענסקי װאָלט איך װעלן שטעלן אלס בײַשפּיל דעם דיכטער-סאָלדאט, װאָס פארמאָגט א שארף אויג און װאָס דערלאנגט טרעפלעכע קלעפ איבער די אידייישע סאָנים, דעם דיכטער-קאָמוניסט נ. גריבאטשאָוו. (אפּלאַדיסמענטן) מיר לעבן אין א פּעריָאָד פון שארפן אידייישן קאמף, אין א פּעריִאָד פון קאמף פאר די מויכעס, פאר דער איבער- דערציונג פון די מענטשן. דאָס איז א קאָמפּליצירטער פּראָצעס, א סאך א שװערערער, איידער איבערמאכן ווערקשטעלן און זאװאָדן. איר --- די טוער פון דער ליטעראטור און קונסט -- זײַט, בילדעריש גערעדט, -- די שמידן, װאָס שמידן איבער די פּסיכאָלאָגיע פון די מענטשן. איר פאר- מאָגט א שטארק געווער, און דאָס דאָזיקע געװוער אײַערס דארף שטענדיק זײַן טעטיק אין די אינטערעסן פונעם פאָלק. (אפּלאַדיסמענטן)
שטרענג גערעדט, איז קיין אומפּארטײיַשקײַט, אייגנטלעך, גאָר ניטאָ אין דער געזעלשאפט. און דער, װאָס אפישירט זײַן אומפּארטײיַשקײַט, טוט עס צוליב דעם, קעדיי פארמאסקירן זײַן ניט אײַנשטימיקײַט מיט די אָנשױוּנגען און אידייען פון דער פארטיי, קעדיי ווערבירן פאר זיך אָנהענגער. אין דער געשיכטע האָט ניט איין מאָל געטראָפן, אז די אױסגעשפּראָכנסטע רעאק- ציאָנערן און קאָנטררעװאָליוציאָנערן זײַנען ארױיסגעטראָטן אונטערן לאָזונג פון אומפארטיייִש- קײַט און ערשט דערנאָך האָט זיך אנטפּלעקט זייער בורזשואזע פּארטײיַשקײַט.
אזעלכע בײַשפּילן קאָן מען ברענגען ניט װײניק פון דער געשיכטע פון דעם קאמף פונעם ארבעטער-קלאס און האָרעפּאשנעם פּױערטום פון אונדזער לאנד פאר דער פארפעסטיקונג פון דער סאָוועטנמאכט. אף פארשיידענע עטאפן, אין פארשיידענע פּעריאָדן האָבן די סאָנים פון די ארבעטער און פּויערים אף א פארשיידענעם אויפן אָנגעװענדט מיטלען פון קאמף קעגן די קאָמוניסטן, קעגן דער בױוּנג פונעם סאָציָאליזם, צודעקנדיק זיך מיט אומפּארטײיַשקײַט.
אין די ערשטע יאָרן פון דער סאָוועטנמאכט זײַנען די עסערן, אנארכיסטן, מענשעוויקעס, קאדעטן און די איבעריקע טומע, אויסדריקנדיק דעם ווילן פון די עקספּלואטאטאָרן און אינטער- ווענטן, וועמעס אגענטור און דינער זיי זײַנען געווען, אָפן און דירעקט ארױסגעטראָטן קעגן דער רעװאָליוציע, קעגן לענינען, קעגן דער מאכט פון די ארבעטער און פויערים.
אין די יאָרן פונעם בירגערקריג האָבן אינעם לאגער פון די פּײַנט פונעם ארבעטער-קלאס און פּױערטום זיך געפונען די קאפּיטאליסטן און פּריצים אין בונד מיט די אויסלענדישע אינ- טערווענטן. דער גאנצער מענשעוויסטישער, עסערישער, אנארכיסטישער אָפּפאל איז אוועק צו דינסט דער קאָנטררעװאָליוציע, איז געװאָרן איר מעשאָרעס. :
אינעם פּײַער פון די פארביטערטע שלאכטן מיט דער קאָנטררעװאָליוציע און אינטערווענץ זײַנען די ארבעטנדיקע פון אונדזער לאנד דורכגעגאנגען א שול פון פּאָליטישער דערציונג, זי האָבן אף זייערע פּלײיצעס באגריפן די פּאָליטגראמאָטע און האָבן באשלאָסן, נאָך וועמען צו גיין, וועמעס זײַט צו האלטן, זיי זײַנען געװאָרן באָלשעװיקעס.
1--8 16
דאָס איז זייער גוט און איבערצײַגנדיק באוויזן אין ד. פורמאנאָווס דערציילונג און אינעם קינאָ-פילם , טשאפּײַעװ", אין א. סעראפימאָוויטשעס ראָמאן ,דער אײַזערנער שטראָם?, אין א. פאדייעווס ראָמאן ,צעקלאפּט", אין נ. אָסטראָווסקיס ראָמאן ,וי שטאָל האָט זיך פארהאר- טעוועט" און אין אנדערע קינסטלערישע װערק פון אונדזערע סאָוועטישע רעװאָליוצ;אָנערע שרײַבער. זייערע װערק, וועלכע זײַנען דורכגעדרונגען מיט די אידייען פון פּארטײיַשקײַט, שפילן אויך איצט א גרויסע ראָליע, זיי זײַנען דאָס געווער פון אונדזער פּארטיי אין איר אידעאָ- לאָגישער ארבעט. ניט צופעליק איז דאָס בוך ,וי שטאָל האָט זיך פארהארטעוועט" שטארק פּאָ- פולער אין קובא און אין א ריי אנדערע לענדער, וועלכע קעמפן פאר זייער פרײַהײַט און אומ- אָפּהענגיקײַט.
װאָס מער לענינס אידייען האָבן באהערשט די מויכעס פון די ארבעטער און פּוױערים, װאָס שטארקער עס איז געװאָרן דער אײַנפלוס פון די קאָמוניסטן אין פאָלק, װאָס העכער עס איז געוואקסן דער אװטאָריטעט פון דער סאָוועטגמאכט, -- האָבן די פּײַנט פון דער רעװאָליוציע זיך געפרוּווט ארויסשטויסן די באָלשעװיקעס און פארכאפן די סאָוועטן אין זייערע הענט, זיי האָבך ארױיסגעװאָרפן דעם לאָזונג , סאָװעטן אָן קאָמוניסטן?.
װאָס איז אזוינס סאָװועטן אָן קאָמוניסטן? דאָס איז אן אויסגעהוילטע פונעם רעװאָליוצ;אָנערן אינהאלט פוסטע פאָרט. די קאָנטררעװאָליצי;אָנערן האָבן דאָס גוט פארשטאנען. ארויסרוקנדיק דעם לאָזונג ,סאָװעטן אָן קאָמוניסטן", האָבן זיי אויסגערעכנט, אז אָנשטאָט אָרגאנען פון דער רעװאָליוציאָנערער מאכט װעלן זי די סאָװעטן פארוואנדלען אין דורכפירער פון זייער אײַנ- פלוט אף די מאסן, זיי האָבן אויסגערעכנט אויסנוצן דעם אװטאָריטעט פון די סאָװעטן, קעדיי פאוווירקלעכן זייערע אנטיפאָלקישע פּלענער.
די זאך באשטייט ניט דערין, ויאזוי עס הייסט די אָדער אנדערע אָרגאניזאציע, נאָר דע- רין, װאָס פאר א פאָליטיק זי פירט דורך, די אינטערעסן פון וועלכן קלאס זי פארטיידיקט.
אין פראנקרײַך, אשטייגער, עקזיסטירן שוין לאנג קאָמונעס. וי איר זעט,. זײַנען די דאָזיקע פארוואלטונגס-אָרגאנען אָנגערופן געװאָרן מיט א רעװאָליוציאָנערן נאָמען, נאָר דער טאָך זייערער איז א קאפיטאליסטישער און זיי פארטיידיקן די אינטערעסן פון די מאָנאָפּאָליסטן. דאָס רעװאָליוציאָנערע װאָרט , קאָמונע" שרעקט לאכלוטן ניט די פראנצויזישע בורזשואזיע, װײַל מיט דעם דאָזיקן װאָרט זײַנען אָנגערופן אירע פארוואלטונגס-אָרגאנען.
וויפל זײַנען איצט פאראן בורזשואזע טוער פון פארשיידענע לענדער, וועלכע מאסקירן זייער בורזשואזע פּאָליטיק מיט א סאָציאליסטישער פראזעאָלאָגיע. זיי ריידן וועגן דער בױונג פונעם סאָציאליזם און אין דער זעלבער צײַט זעצן זיי ארײַן די קאָמוניסטן אין טורמעס, קעפּן זיי, פארטרײַבן אין אונטערערד די קאָמוניסטישע פארטייען און זאָגן, אז זיי קעמפן פאר סאָ- ציאליזם. דאָס טוען זיי דערפאר, װײַל די אידייען פונעם סאָציָאליזם ווערן אלץ מער פּאָפּולער צוישן די פאָלקסמאסן פון אלע לענדער, דרינגען ארײַן אין זייער באװוּסטזײַן.
דער בײַשפּיל פון די פעלקער פונעם סאָוועטנפארבאנד דינט פאר די פעלקער אלס רע- װאָליוציאָנערער לײַכטטורעם. די בורזשואזע טוער, באזונדערס די פאָרשטייער פון דער לינקער בורזשואזיע, נוצן טאקע דערפאר ברייט אויס דעם לאָזונג פון בויען דעם סאָציאליזם, וועלנדיק אָפּנארן די ארבעטנדיקע. 0
מיר זײַנען קעגן פרידלעכער קאָעקזיסטענץ אין געביט פון אידעאָלאַגיע
די היסטאָרישע דערפארונג לערנט, אז אינעם פּאָליטישן, אידעאָלאָגישן קאמף טאָר מעך זיך ניט פארלאָזן אף ווערטער און דעקלאראציעס, מע דארף קענען זיך פאנאנדערקלײַבן, דורך וועמען און לעשעם װאָס זיי ווערן ארויסגערוקט. צוליב דעם איז קױדעמקאָל נייטיק צו זײַן א מארקסיסט-לענינעץ, אן איבערצײַגטער קאָמוניסט, װאָס ווידמעט זײַן לעבן, זײַן טאלאנט דעם קאמף פארן גליק פון די ארבעטסלײַט אף דער וועלט.
האלטנדיק זיך פאר א קעמפער פאר די אינטערעסן פונעם האָרעפּאשנעם פאָלק, טאָר מען ניט שטיין אפן שיידוועג צװישן די קעמפנדיקע צדאָדים, ,זײַענדיק גלײַכגילטיק צו גוטס און צו בייז".
אינעם קלאסנקאמף וװערן ארײַנגעצױגן אלע שיכטן פון דער געזעלשאפט. דער קלאסנ- קאמף טראָגט ארײַן א צעשפּאלטונג אפילע אין מישפּאָכעס. עס טרעפט אזוי, אז מיטגלידער פון איין און דעם זעלבן געזינד שטייען איינער קעגן דעם אנדערן אף פארשיידענע זײַטן פון די באריקאדעס. :
פאראן א קאטעגאָריע מענטשן, װאָס דערקלערן, אז זיי נעמען ניט קיין אָנטײײל אין דער
17
רעװאָליוציע, אזוי צו זאָגן, צוליב ,הומאנע" טײַמים; זיי קאָנען ניט, זעט איר, אופוייבן א האנט אף ענלעכע צו זיך. און װער דערהארגעט עס מענטשן װי ניט קיין ענלעכע צו זיך?
רעװאָליוציעס מאכן געזעלשאפטלעכע קלאסן. זי רעװאָליוציע פון די ארבעטער און פּויע- רים, קעדיי אראָפּווארפן דעם קאפּיטאליסטישן קלאס, איז דער סאמע הומאנער, סטאמע מעגטש- לעכער איגיען. דער אָנטײל אין אזא רעװאָליוציע אף דער זײַט פון די ארבעטער און פויערים איז דער העכסטער אויסדרוק פון הומאניזם. אָן דעם אדאָפווארפן זי אָרדענונג פון די עקספּלוא- טאטאָרן איז אומעגלעך צו באפרײַען די ארבעטנדיקע און שאפן פאר זי א גליקלעך לעבן איז דען שווער צו פארשטיין, אז יענע, װאָס באטײיליקן זיך ניט אינעם קאמף אף דער זײַט פון די ארבעטנדיקע, העלפן אין טאָך דער בורזשואזיע. װער עס גייט ניט צוזאמען מיט די ארבעטער און פויערים, יענער גייט אומפארמײַדלעך קעגן זיי. דאָס דארף מען גוט פארשטיין, כאוויירים! (אפלאדיסמענטן.)
עס פלעגן זיך טרעפן און עס טרעפן זיך איצט אויך אזעלכע מענטשן, וועלכע דערקלערן, אז זיי נעמען אָן די אידיי פונעם קאָמוניזם און צומאָל שטעלן זיי אפילע זיך אײַן פאר איר, נאָר קיין אקטיוון אָנטײל אינעם קאמף נעמען זיי ניט, זיי דרייען זיך אונטער די פיס פון די קעמפנ- דיקע, זי פּלאָנטערן זיך אליין און פארפּלאָנטערן אנדערע.
א רעװאָליוציע איז ניט קיין גוטינקע װונטשן, דאָס איז א גרויזאמער און שארפער קאמף. פאר א רעװאָליוציע דארף מען קעמפן ניט בלויז דאן, ווען זי קומט פאָר, נאָר אויך אינעם פעריָאָד פון פארשטארקן אירע דעראָבערונגען און ביז דער אױסבויוּנג פונעם קאָמוניזם. דאָ קאָן מען ניט אָפּקומען בלויז מיט רעפעראטן, לעקציעס, פאָרטראָגן, מע דארף נעמען אן אָנטײל אין דער שיסערײַ, ווען די אומשטענדן פאָדערן עס.
אין די קאָמפּליצירטע באדינגונגען פונעם קאמף פון קלאסן פאלן וואקלענדיקע מענטשן צומאָל ארײַן ניט װוילנדיק אין א לאגע, װאָס איז ניט מעקאנע צו זײַן. איך װעל דערמאָנען אוא פאל, װאָס איז פאָרגעקומען מיט א. װו. לונאטשארסקין. איבערגעשראָקן זיך, אז די שיסערײי פון די באװאָפנטע ארבעטער איבערן סוינע קאָן אָנרירן די היסטאָרישע דענקמעלער און פארשאפן זיי שאָדן, איז ער געקומען צו וו. אי. לענינען מיט דערווידערונגען און אפילע געדראָעט, אז ער וועט אוועקגיין פונעם באשטאנד פון דער סאָוועטן-רעגירונג. וולאדימיר איליטש האָט אויסגע- לאכט די דאָזיקע באלעבעסלדיקע פאָרשטעלונג וועגן דער רעװאָליוציע. שפעטער האָט דאָס לונאטשארסקי אליין אויך פארשטאנען.
אין צוזאמענהאנג דערמיט וילט זיך מיר זאָגן עטלעכע ווערטער וועגן דעם כאווער ערענ- בורג. עס איז געווען א צײַט, ווען דער כאווער ערענבורג איז געקומען צו פאָרן צו וו. אי. לע- נינען קיין פּאריזש און איז אופגענומען געװאָרן פון אים מיט סימפּאטיע, װוי ערענבורג אליין שרײַבט וועגן דעם. אפילע אין דער פארטיי איז כאווער ערענבורג ארײַנגעטראָטן, נאָר דערנאָך איז ער אָפּגעגאנגען פון איר. קיין אומיטלבארן אָנטײל אין דער סאָציָאליסטישער רעװאָליוציע האָט ער ניט גענומען, פארנעמענדיק, װײַזט אויס, א פאָזיציע פון א זײַטיקן באאָבאכטער. עס וועס, דוכט זיך, ניט פארקריפּלט ווערן דער עמעס, אוב מע זאָל זאָגן, אז פון די זעלבע פּאָזיי ציעס שאצט אָפּ כאווער ערענבורג אונדזער רעװאָליוציע און דעם גאנצן שפּעטערדיקן פּעריאָד פון דער סאָציָאליסטישער בויוּנג אין זײַנע מעמוארן ,מענטשן, יאָרן, לעבן".
דער העכסטער כויוו פון א סאָוועטישן שרײַבער, קינסטלער, קאָמפּאָזיטאָר, פון יעדן שע- פערישן טוער איז -- געפינען זיך אין די רייען פון די בויער פונעם קאָמוניזם, דינען מיט זײַן טאלאנט דער גרויסער זאך פון אונדזער פארטיי, קעמפן פארן טריומף פון די אידייען פונעם מארקסיזם-לעניניזם. מע דארף געדענקען וועגן דעם, אז אין דער װעלט גייט אָן א שארפער קאמף צווישן די צוויי אומבעשאָלעמדיקע אידעאָלאָגיעס -- דער סאַציאליסטישער און בור- זשואזער.
די אופגאבע פונעם קינסטלער איז -- אקטיוו מיטווירקן מיט זײַנע װוערק דער באשטע- טיקונג פון די קאָמוניסטישע אידייען, דערלאנגען צעשמעטערנדיקע קלעפּ איבער די סאָנים פונעם סאָציַאליזם און קאָמוניזם, קעמפן קעגן די אימפּעריאליסטן, קאָלאָניזאטאָרן.
א גלענצנדיקער בײַשפּיל פון פּאטריאָטישן, פארטייַשן פארשטיין די אופגאבן פונעם -קינסטלער איז די שאפונג פון אונדזער אָנגעזעענסטן שרײַבער מיכאיל אלעקסאנדראָוויטש שאָ- לאָכאָוו. לאָמיר נעמען זײַנע ראָמאנען ,דער שטילער דאָן" און ,אופגעאקערטע רויערד", די דערציילונג ;דער גוירל פון א מענטשן", די קאפּיטלען פונעם ראָמאן , זי האָבן זיך געשלאָגן פארן היימלאנד". דאָס זײַנען הויכקינסטלערישע װערק פון א קאָלאָסאלער קראפט, פון רעװאָ- ליוציאָנערן פּאטאָס, װערק, וועלכע זײַנען דורכגעדרונגען מיט קאָמוניסטישער פּארטײיַשקײַט און מיטן גײַסט פונעם קלאסנקאמף, װאָס די ארבעטער און פּוערים פון אונדזער לאנד האָבן געפירט פארן זיג פון דער רעװאָליוציע און פונעם סאָציָאליזם. כאווער שאָלאָכאָוו האָט אליין
18
גענומען אן אקטיוון אָנטײל אין דעם קאמף בייס דעם בירגערקריג, אינעם פּעריאָד פון ליק- ווידירן דאָס באלעגופטום, אלס לעצטן עקספלואטאטאָרישן קלאס, און אין די יאָרן פון דער פאָטערלענדישער מילכאָמע קעגן די פאשיסטישע פארכאפּערס. ער האָט אָנטײילגענומען אין די דאָזיקע שלאכטן ניט אלט א באאָבאכטער, נאָר װי א קריגסמאן, און אין פרידנסצײַט פארבלײַבט ער פונקט אזא קעמפער פארן גליק פון די ארבעטנדיקע. (שטורמישע אפלאַדיסמענטן)
מיכאיל אלעקסאנדראָוויטש שאָלאָכאָוו פארמאָגט א קאָלאָסאלע פּייִקײַט צו פארשטיין טיף דעם טאָך פון די געזעלשאפטלעכע דערשײַנונגען און געשעענישן, ער זעט גוט פרײַנט, דער- קענט סאָנים און מאָלט טאלאנטפול, פון פארטיייַשע פּאָזיציעס, אײַנדרוקספולע בילדער פונעם רעאלן לעבן. מיט גרויס ליבע שאפט ער אין זײַנע װוערק די געשטאלטן פון קאָמוניסטן, פון ארבעטסלײַט!
מיט אומבעשאָלעמדיקן קלאסן-האס דעמאסקירט ער און דערלאנגט קלעפּ די סאָנים פון אונדזער געזעלשאפטלעכער אָרדענונג. װי שטארק און איבערצײַגנדיק ער מאָלט בילדער פון שלאכט-געראנגלעף אז מע גייט זיך שוין יאָ צונויף אין געפעכט, קרייצט מען אזוי איבער די שװערדן, אז פונקען פליִען, מע שלאָגט זיך פארן פאָלקס-עמעס, און דער פאָלקס-עמעס זיגט.
אפן בײַשפּיל פון מיכאיַל אלעקסאנדראָוויטש שאָלאָכאָווס שאפונג זעען אלע, אז די קאָ- מוניטטישע פּארטײיַשקײַט פונעם שרײַבער צוימט לאכלוטן ניט די אנטפּלעקונגען פון זײַן קינסטלערישער אינדיווידואליטעט, פארקערט, זי העלפט אקטיוו מיט דעם אופבלי פונעם טא- לאנט און הייבט אוף זײַנע װערק ביזן ניװואָ פון דער סאמע העכסטער געזעלשאפטלעכער באדײַטונג.
מיר שטייען אף קלאסן-פּאָזיציעס אין דער קונסט און טרעטן אנטשיידן ארויס קעגן דער פרידלעכער קאָעקזיסטענץ פון דער סאָציָאליסטישער און בורזשואזער אידעאָלאָגיעס. קונסט געהערט צו דער ספער פון אידעאָלאָגיע. און יענע, װאָס מיינען, אז אין דער סאָוועטישער קונסט קאָנען זיך פרידלעך צונויפלעבן סײַ דער סאָציָאליסטישער רעאליזם, סײַ די פאָרמאליסטישע, )טראקציאָניסטישע שיטעס, גליטשן זיך אומפארמײַדלעך אראָפּ אף די פרעמדע פאר אונדז פאָזיציעס פון פרידלעכער קאָעקזיסטענץ אין געביט פון אידעאָלאָגיע. מיט אזעלכע שטימונגען האָבן מיר זיך באגעגנט די לעצטע צײַט. אף דער דאָזיקער ווענטקע האָבן זיך, צום באדויערן, געלאָזט פאקן אייניקע קאָמוניסטן -- שרײַבער און קינסטלער און אפילע אייניקע אָנפירנדיקע טוער פון די שעפערישע אָרגאניזאציעס. צוזאמען דערמיט דארף מען אָפּמערקן, אז אזעלכע אומפארטייישע, װי, לעמאָשל, דער כ' ל. סאָבאָלעו, פארטיידיקן שטאנדהאפטיק די פארטיייַשע ליניע אין דער ליטעראטור און קונסט.
פאָריקן מאָל האָט כ' אי. ערענבורג געזאָגט, אז די אידיי פון קאָעקזיסטענץ איז ארויס- געזאָגט אינעם בריוו אלס א שפאס. לאָמיר דערלאָזן, אז דאָס איז אזוי. נאָר דעמלט איז עס א בייזער שטאס. אין געביט פון אידעאָלאָגיע טאָר מען אזוי ניט שפאסן. לאָמיר זיך פאנאנדער- קלײַבן, װאָס װאָלט אינדערעמעטן פאָרגעקומען אין דער סאָוועטישער קונסט, ווען דעם אויבן- אָן װאָלטן פאויכאפט די אָנהענגער פון פרידלעכער קאָעקזיסטענץ צוישן פארשיידענע אידיייַשע ריכטונגען אין דער ליטעראטור און קונסט. אלס ערשטער טראָט װאָלט דערלאנגט געװאָרן א קלאפ איבער אונדזערע רעװאָליוציאָנערע דעראָבערונגען אין געביט פון דער סאָציַאליסטישער קונסט. ס'איז א צווייפל, צי לוט דער לאָגיק פון קאמף װאָלט דער איניען זיך דערוף געענדיקט. עס איז ניט אױסגעשלאָסן, אז די דאָזיקע מענטשן װאָלטן, אָנזאמלענדיק קויכעס, פאָרגענומען פרווון ארויסצוטרעטן קעגן די רעװאָליוצ;אָנערע דעראָבערונגען.
מיר איז שוין אויסגעקומען צו ריידן וועגן דעם, אז פרידלעכע קאָעקזיסטענץ אין געביט פון אידעאָלאָגיע איז א פאראט קעגן דעם מארקסיזם-לעניניזם, א פאראט קעגן דער זאך פון די ארבעטער און פּויערים. די סאָוועטישע געזעלשאפט געפינט זיך איצט אף אזא עטאפ, ווען עס איז דערגרייכט די פולע, מאָנאָליטע אײנהײַט פון אלע סאָציַאליסטישע נאציעס פונעם לאנד, פון אלע שיכטן פונעם פאָלק --- פון די ארבעטער, קאָלװירטניקעס, אינטעליגענץ, וועלכע בויען דערפאָלגרײַך דעם קאָמוניזם אונטער דער אָנפירונג פון דער לענינישער פּארטי.
אונדזטר פאָלק און די פּארטיי װעלן ניט דולדן קיין שום פּרוּוון צו פארמעסטן זיך אף דער דאָזיקער מאָנאָליטער אײנהײַט. איינע פון די אנטפּלעקונגען פון אזא מין פארמעסטן זיך איז דער פּרוּוו אָנצובינדן אונדז די פרידלעכע קאָעקזיסטענץ פון אידעאָלאָגיעס. אָט פארװאָס מיר ווענדן דאָס פייַער סײי קעגן די דאָזיקע פארדארבערישע אידייען, סייַ קעגן זייערע טרעגער. אויך אין דעם, האָף איך, זײַנען מיר אלע אייניק. (דויערנדיקע אפּלאָדיסמענטן.)
און יענע, װאָס בלאָנדזשען נאָך, רופן מיר צו פארטראכטן זיך, פאנאנדערקלײַבן זיך אין די אייגענע פעלערן, פארשטיין זייער נאטור און די קװעלן, בײַקומען זייערע בלאָנדזשענישן און צוזאמען מיט דער פּארטיי, אין די אלגעמיינע רייען, אונטער דער רויטער פאָן פון מארקסיזם-
19
... ... . .
לעניניזם נעמען אן אקטיוון אָנטײל אין דער בויוּנג פונעם קאָמוניזם, פארמערן די דערפאָלגן פוך דער סאָציאליסטישער קולטור, ליטעראטור און קונסט.
דער אבסטראקציאָניזם, פאָרמאליזם, װאָס פאר די רעכט פון זײַן עקזיסטענץ אין דער סאָ- ציאליסטישער קונסט שטעלן זיך אײַן באזונדערע אָנהענגער זײַנע, איז איינע פון די פאָרמען פון דער בורזשואזער אידעאָלאָגיע. עס איז צו באדויערן, װאָס אייניקע פארשטייען דאָס ניט, דערונטער אזעלכע שעפערישע טוער, װאָס פארמאָגן א רײַכע לעבנס-דערפארונג.
אין דעם כאווער ערענבורגס מעמוארן איז פאראן אזא שטעל. איך ציטיר זי: ;עס זײַנען געווען א סאך ליטערארישע שולן: קאָמפוטן, אימאזשיניסטן, פּראָלעטקולטאָווצעט, עקספרעסיאָ- ניסטן, פויָסטן, בעספּרעדמעטניקעס:!, פרעזענטיסטן, אקצידענטיסטן און אפילע ניטשעװאָקעס:. ניט װײיניק נארישקײַטן האָבן, פארשטייט זיך, געפּלוידערט אייניקע טעאָרעטיקער... מיר ווילט זיך אָבער פארטיידיקן יענע װײַטע צײַט?.
װי עס איז צו זען, באציט זיך דער אװטאָר פון די מעמוארן מיט גרויס סימפּאטיע צו די פאָרשטייער פון דער אזויגערופענער אלינקער" קונסט און שטעלט פאר זיך די אופגאבע צו פארטיידיקן די דאָזיקע קונסט. פרעגט זיך --- קעגן וועמען פארטיידיקן? װײַזט אויס, קעגן אונ- דזער מארקסיסטיש-לענינישער קריטיק. צוליב װאָס װערט דאָס געטאָן? אפּאָנעם, קעדיי אויס- קעמפן די מעגלעכקײַט פאר דער עקזיסטענץ פון אזעלכע און ענלעכע דערשײַנונגען אין אונדזער הײַנטצײַטיקער קונסט. דאָס װאָלט באטײַט אנערקענען די קאָעקזיסטענץ פון סאָציאליסטישן רעאליזם און פאָרמאליזם. דער כאווער ערענבורג באגייט א גראָבן אידעאָלאָגישן פעלער, און אונדזער פליכט איז העלפן אים פארשטיין דאָס.
פאָריקן מאָל איז אף אונדזער באגעגעניש ארױסגעטראָטן מיט א פארטיידיקונג פון דעם אבסטראקציאָניזם דער כאווער יעוטושענקאָ. ער האָט געפּרוװוט באגרינדן זײַן פאָזיציע דער- מיט, װאָס גוטע מענטשן זײַנען פאראן סײַ צוישן די רעאליסטן, סײַ צווישן די פאָרמאליסטן, פארופנדיק זיך דערבײַ אפן בײַשפיל פונעם לעבן פון צוויי קובינער קינסטלער, וועלכע זײַנען זיך שארף פאנאנדערגעגאנגען אין זייערע אָנשױוּנגען אף קונסט, נאָר דערנאָך זײַנען זיי אומ- געקומען אין איין אָקאָפּ, שלאָגנדיק זיך פאר דער רעװאָליוציע. אזא פאקט אין לעבן האָט גע- קאָנט פּאסירן, װי א פּריוואטער פאל.
מע קאָן ברענגען א בײַשפיל פון גאָר א קעגנזעצלעכן כאראקטער. נאָכן בירגערקריג האָט מען אין דער שטאָט ארטיאָמאָווסק, אף אוקראיַנע, אויסגעבויט א פארקריפּלטן פאָרמאליסטישן דענקמאָל. זײַן אווטאָר איז געווען דער סקולפּטאָר קוביסט קאוואלערידזע. דאָס איז געווען א שוידערלעך בילד, אָבער די קוביסטן זײַנען געווען פון אים באגײַסטערט (אין די מילכאָמע- יאָרן איז דער דענקמאָל כאָרעוו געװאָרן). דער אװטאָר פונעם פאָרמאליסטישן דענקמאָל איז פארבליבן אף דער טעריטאָריע, װאָס איז אָקופירט געװאָרן דורך די פאשיסטן, און האָט זיך אופגעפירט אומווירדיק. אזוי אז דער בײַשפּיל, וועלכן כ' יעווטושענקאָ ברענגט, קאָן ניט דינען אלס ערנסטער ארגומענט לעטויוועס זײַנע אָנשױוּנגען.
דעם כ' יעװטושענקאָס פּאָזיציע בענעגייע דעם אבסטראקציאָניזם פאלט אין טאָך צונויף מיט די אָנשױוּנגען, וועלכע עס פארטיידיקט דער כ' ערענבורג. װײַזט אויס, אז דער פּאָעט, נאָך א יונגער מענטש, פארשטייט ניט א סאך זאכן אין דער פּאָליטיק פון אונדזער פּארטיי, ער דער- לאָזט וואקלונגען, אומשטאנדהאפטיקײַט פון די אָנשױונגען אין די פראגן פון קונסט. נאָר זײַן ארויסטרעטונג אף דער זיצונג פון דער אידעאָלאָגישער קאָמיסיע רוט ארויס די זיכערקײַט, אז ער װעט קענען בײַקומען זײַנע וואקלונגען. מיר װאָלט זיך װעלן ראטן דעם כ' יעווטושענקאָ און די אנדערע יונגע ליטעראטן צו האלטן טײַער דעם צוטרוי פון די מאסן, ניט זוכן קיין ביליקע סענסאציעס, ניט צופּאסן זיך צו די שטימונגען און געשמאקן פון די באלעבעסלעך. (דויערנדיקע אפּלאָדיסמענטן.) שעמט זיך ניט, כ' יעווטושענקאָ, צו אנערקענען אײַערע פעלערן. האָט קיין מוירע ניט דערפאר, װאָס עס װעלן וועגן אײַך ריידן די אומפרײַנט. איר דארפט קלאָר פארשטיין, אז אויב מיר קריטיקירן אײַך פאר אָפּגיין פון די פרינציפּיעלע פּאָזיציעס, הייבן די . קעגנער אָן צו לויבן אײַך. אויב די קעגנער פון אונדזער זאך הייבן אײַך אָן לויבן פאר די ווערק, וועלכע אנטשפּרעכן זייערע פארלאנגען, װעט אײַך דאָס פאָלק מיט רעכט קריטיקירן. איז קלײַבט אויס, װאָס איז פאר אײַך בעסער. (אפּלאַדיסמענטן)
די קאָמוניסטישע פּארטיי קעמפט און װעט קעמפן קעגן אבסטראקציאָניזם און יעטװוידע אנדערע פאָרמאליסטישע פארקריפּלונגען אין דער קונסט. מיר קאָנען ניט זײַן נייטראל בענע- גייע דעם פאָרמאליזם. ווען איך בין געווען אין אמעריקע, האָבן עפּעס אייניקע קינסטלער, --
1 -- פונעם רוסישן סונדסואתסקחס66 -- זאכלאָז. ? -- פונעם רוסישן סחסנוום -- גאָרנישט.
20
איך ווייס ניט, צי באװוּסטע, צי ניט באװוּסטע, -- געשענקט מיר בילדער. נעכטן האָב איך אײַך באוויזן די שמירערײי. װי עס זעט אויס, זײַנען די מענטשן מיר ניט קיין סאָנים, אנדערש װאָלטן זיי ניט אונטערגעטראָגן מיר אלס מאטאָנע די פרוכט פון זייער מי. נאָר אויך בא דעם דאָזיקן באדינג קאָן איך ניט אנערקענען, אז די מאטאָנע, װאָס מע האָט מיר אונטערגעטראָגן, איז דער העכסטער שעדעווער אָדער ביכלאל א שעדעווער פון דער מאָלערײַיקונסט.
זאָגט, װאָס איז דאָ אױיסגעמאָלט? מע טײַנעט, אז דאָ איז אָנגעמאָלט א שטאָט, װי זי זעט אויס, ווען מע קוקט אף איר פון א בריק. נאָר װי דו זאָלסט ניט קוקן, זעסטו גאָרנישט, אויסער פאסיקלעך פון פארשיידענע קאָלירן. און די דאָזיקע שמירערײַ רופט זיך בילד!
נאָך איינער אזא ,שעדעווער". מע זעט פיר אויגן, און עפשער זײַנען פאראן דאָ מער אויגן. מע זאָגט, אז דאָ איז אױסגעמאָלט שוידער, שרעק. צו װאָס פאר א פארקריפּלטן אויסזען עס דערפירן די קונסט די אבסטראקציאָניסטן: דאָס זײַנען מוסטערן פון דער אמעריקאנער מאָלערײַ.
און אָט זײַנען עטלעכע פאלן אין געביט פון אונדזער ארכיטעקטור-קונסט. אין מאָסקװע, אין סאָקאָלניקי, שטייט א קלוב אף רוסאקאָווס נאָמען, אויסגעבויט לויטן פראָיעקט פונעם ארכי- טעקטאָר כאווער מעלניקאָוו. דאָס איז א מעשונעדיקע, ניט באקוועמע געבײַדע, װאָס איז ענלעך אף אלע שיידים. (אופלעבונג אין זאל.) נאָר בעשײַטע איז זי אונטערגעטראָגן געװאָרן אלס א פּראָגרעסיווע נײַס.
אלס מוסטער פון צופיל פארכאפט ווערן מיט דער פאָרם אין דער ארכיטעקטור דינט אויך דער טעאטער פון דער סאָוועטישער ארמיי אין מאָסקװע, אויסגעבויט לױטן פּראָיעקט פון די ארכיטעקטאָרן אלאביאן און סימבירצעוו. קאהאנאָוויטש האָט אָנגעבונדן די ארכיטעקטאָרן די נארישע אידיי אויסצובויען א טעאטער אין דער פאָרם פון א פינפעקיקן שטערן איין זאך איז א פינפעקיקער שטערן אלס א סימבאָל, אלס אן עמבלעם, א צווייטע זאך -- אויסבויען אין דער פאָרם פון א שטערן א ביניען פאר פראקטישן באנוץ. וויפל איבעריקע וינקלען זײַנען דאָרט פאראן, וויפל אומנוצלעכער פלאץ!
דער טעאטער פון דער סאָוועטישער ארמיי איז, אפאָנעם, דער סאמע ניט צװעקמעסיק אויסגעבויטער ביניען. די זאך איז געווען אזוי: קאהאנאָוויטש האָט מיטגעטיילט וועגן זײַן אידיי סטאלינען, יענעט איז זי געפעלן געװאָרן, און מע האָט באשלאָסן אויסצובויען א ביניען אין דער פאָרם פון א פינפעקיקן שטערן. קיינער זעט ניט דעם דאָזיקן שטערן און װעט ניט זען: מע דארף אף אים קוקן פון הימל. (א געלעכטער אין זאל.) א נארישע אידיי, א גאָב די ניט רײַפע באגריפן וועגן שײנקײַט און צװעקמעסיקײַט אין דער קונסט און אין לעבן.
עס לייגט זיך פאָשעט ניט אפן סייכל, פארװאָס, אין נאָמען פון װאָס פארנעמען זיך קלוגע געבילדעטע מענטשן מיט מעשוגענע גענג, קרימען זיך, גיבן אָן אלס קונסט:-װוערק סאמע אומגעלומפערטע זאכן. און דאָס ארומיקע לעבן איז פול מיט נאטירלעכער, רעגונגספולער שײנקײַט.
ערעוו נײַ-יאָר האָב איך זיך אומגעקערט קיין מאָסקװע פון הינטערן שטאָט. דעם גאנצן טאָג פון 31 דעקאבער, פון סאמע אינדערפרי אָן, האָב איך פארבראכט אין וואלד. דאָס איז געווען א פּאָעטישער טאָג, דער שענסטער טאָג פונעם רוסישן ווינטער, טאקע פונעם רוסישן ווינטער, װײַל ניט אומעטום זײַנען אזעלכע ווינטערס, װי בא אונדז אין רוסלאנד. דאָס איז, פארשטייט זיך, ניט קיין נאציאָנאלע, נאָר א קלימאטישע נאטור-דערשײַנונג, אזוי אז איך בעט ריכטיק פארשטיין מיך. (א געלעכטער אין זאל. אפּלאַדיסמענטן)
זייער שיין איז געווען דער וואלד אין יענעם טאָג. זײַן שײינקײַט איז באשטאנען דערין, װאָס דער וואלד איז געווען באדעקט מיט א פּוכיקן פראָסט-טוי. איך געדענק, אין דער יוגנט האָב איך געלייענט עפּעס א דערציילונג אינעם זשורנאל ;אָגאָניאָק". איך קאָן זיך ניט דער- מאָנען דעם אװטאָר פון דער דערציילונג. אין איר זײַנען געווען אזעלכע ווערטער: ,ליבע זיל- בערנע שאָטנס?. דער אװטאָר האָט באשריבן א סאָד, א ווינטערדיק באפּוצטן. די דערציילונג איז, אפּאָנעם, געווען גוט אָנגעשריבן, און עפשער איז בא מיר דעמלט געווען א קלענערע פאָ- דערונג צו ליטעראטור. מיר איז אָבער געפעלן געװאָרן די דערציילונג, אויך איצט האָט זיך גוט פארהיט אין זיקאָרן דער אײַנדרוק פון איר. באזונדערס איז מיר געווען געפעלן די באשריי- בונג פון די ביימער אין זייער ווינטערדיקער באפּוצונג.
א שטארקן אײַנדרוק האָט אף מיר געמאכט דער ווינטערדיקער וואלד ערעוו נײַ-יאָר, אזוי װווּנדערלעך שיין איז ער געווען. עפשער זײַנען די שאָטנס ניט געווען קיין זילבערנע, עס קלעקן מיר ניט קיין ווערטער, קעדיי אויסצודריקן דעם טיפן רוישעם, וועלכן עס האָט אף מיר געמאכט דער וואלד. איך האָב געקוקט אפן זון-אופגאנג, אפן וואלד, װאָס איז באדעקט מיט פראָסט-טוי. אָט די שײנקײַט קאָנען פארשטיין בלויז יענע, װאָס זײַנען געווען אין וואלד און האָבן אליין
21
געזען אזעלכע לעבעדיקע בילדער. די מײַלע פון א קינסטלער באשטייט טאקע דערין, װאָס ער קאָן אפסנײַ אופלעבן און באשאפן רעגונגספולע בילדער. נאָר אזא טאלאנט פארמאָגט ניט יעדערער.
איך האָב געזאָגט מײַנע באגלייטער: גיט א קוק אף די יאָדלעס, אף זײיער באפוצונג, אף די דאָזיקע שנייעלעך, וועלכע שפּילן און פינקלען אין די זון-שטראלן, װוי װוּנדערלעך שיין דאָס איז! און די מאָדערניסטן, אבסטראקציאָניסטן אָבער ווילן מאָלן אָט די יאָדלעס מיט די װאָרצלען ארוף, און זיי זאָגן, אז דאָס אין דאָס נײַע, דאָס פּראָגרעסיווע אין דער קונסט.
עס איז אומעגלעך, אז אזא קונסט זאָל ווען-עס-איז קאָנען װערן אנערקענט דורך נאָר- מאלע מענטשן, אז בא מענטשן זאָל אָפּגענומען ווערן די מעגלעכקײַט צו קוויקן זיך מיט די פארביקע בילדער פון דער נאטור, וועלכע לעבן אוף אין די קונסט-ווערק, װאָס באפוצן די זאלן פון אונדזערע קלובן, קולטור-הײַזער, װווינונגען.
עפשער װעלן אייניקע זאָגן, אז כרושטשאָוו רופט צו פאָטאָגראפיזם, נאטוראליזם אין דער קונסט. ניין, כאוויירים! מיר רופן צו עכטער קינסטלערישער שאפונג, װאָס מאָלט וואָרהאפטיק די רעאלע וועלט אין דער גאנצער פילארטיקײַט פון אירע פארבן. בלויז אזא קונסט װועט ברענ- גען די מענטשן פרייד און פארגעניגן. דער מענטש װעט קײנמאָל ניט פארלירן דעם קינסטלע- רישן געשמאק און װעט ניט דערלאָזן, מע זאָל אים אלס קונסט-ווערק אונטערטראָגן א שמו- ציקע שמירערײַ, וועלכע יעדער אייזל קאָן אָנפּאטשקען מיט זײַן עק. (אפּלאַדיסמענטן)
עס איז קיין סאָפּעק ניט, אז דאָס פאָלק וועט געפינען אין זיך קויכעס צו געבן א ווידער- שטאנד אזעלכע ;נאָוואטאָרן". און יענע פון זיי, וועלכע האָבן ניט פארלאָרן דעם סייכל, װעלן זיך באטראכטן און שטעלן זיך אפן װעג פון דינען דעם פאָלק, שאפן קינסטלערישע לײַװנטן װאָס זײַנען פול מיט פרייד, רופן צו מי.
עס איז ניט צו פארשטיין, פארװאָס די אָנהענגער פון פאָרמאליזם, אבסטרג יזם זאָגן וועגן יענע קונסט-טוער, וועלכע שטייען אף די פּאָזיציעס פון סאָציָאליסטישן רעאליום, אז זי זײַנען קאָנסערװאטאָרן, און די אבסטראקציאָניסטן האלטן זיי פאר פאָרשטייער פונעם פאָר- געשריטענעם אין דער קונסט. צי איז פאראן דערוף א גרונט? איך מיין, אז קיין שום גרוגט
דערצו איז ניטאָ און עס קאָן ניט זײַן, װײַל דער פאָרמאליזם און די אבסטראקציאַניסטישע דריידלעך זײַנען פרעמד און אומפארשטענדלעך דעם פאָלק. און אלץ, װאָס דעם פאָלק איז פרעמד, װאָס װוערט פון אים ניט אונטערגעהאלטן, קאָן, פארשטייט זיך, ניט זײַן פּראָגרעסיװוי
ניט לאנג צוריק איז דער קינסטלער א. אי. לאקטיאָנאָוו ארױסגעטראָטן אין , פּראוודא" מיט אן ארטיקל, װוּ ער האָט אויסגעדריקט זײַן אומבעשאָלעמדיקע באציונג צו דער אבסטראק- ציאָניסטישער קונסט. די אבסטראקצ;אָניסטן און די, װאָס האלטן זיי אונטער, האָבן געזידלט דאָס דאָזיקע ארטיקל דערפאר, װאָס עס איז קלוימערשט געװידמעט דער קאָנסערוואטיווער ריכטונג אין דער קונסט. און דעם כ' לאקטיאָנאָווס מאָלערײַ טרעטירן די דאָזיקע מענטשן אלס נאטוראליסטישע.
לאָמיר פארגלײַכן צוויי קונסט-ווערק --- א. לאקטיאָנאָווס אוטאָפּאָרטרעט און ב. זשוטאָװ- סקיס אװטאָפּאָרטרעט. ויָאזוי אנדערע זאָלן ניט טראכטן און װאָס זי זאָלן ניט ריידן ועגן דעם, נאָר פאר יעדן מענטשן, װאָס פארמאָגט א געזונטן פארשטאנד און ניט קיין געפאטערטן געשמאק, איז קלאָר, אז דעם קינסטלער לאקטיאָנאָווס בילד ציט צו מיט זײַן מענטשלעכקײַט און רופט ארויס אָפּשײַ צום מענטשן. קוקסט אף דעם בילד, קוויקסט זיך מיט אים און פרייסט זיך פאר דעם מענטשן.
און וועמען האָט אָנגעמאָלט ב. זשוטאָווסקי? א קריפל! אז מע גיט א קוק אף זײַן אװטאָי פּאָרטרעט, קאָן מען זיך איבערשרעקן. װי שעמט זיך דאָס ניט א מענטש צו פאטערן זײַנע קויכעס אף אזא מיַעסקײַט: װי קומט עס, אז א מענטש האָט געענדיקט א סאָוועטישע מיטל- שול, אן אינסטיטוט, מע האָט אף אים געפאטערט פאָלקס-געלט, ער עסט ברויט, װאָס געהערט דעם פאָלק, און מיט װאָס באצאָלט ער דעם פאָלק, די ארבעטער און פויערים פאר יענע מיטלען. וועלכע זיי האָבן אויסגעגעבן אף זײַן צילדונג, פאר יענע ווערטן, וועלכע זיי גיבן אים איצט, -- אָט מיט אזא אװטאָפּאָרטרעט, מיט אָט דער פאסקודסטווע און שױידער? עס איז עקלהאפט צו קוקן אף אזא שמוציקער שמירעריי און עס איז עקלהאפט צו הערן יענע, וועלכע פארטיידיקן זי.
מיט װאָס פאר א זידלװאָרט מע זאָל ניט אָנרופן די שאפונג פון די קינסטלער, וועלכע שטייען אף די פּאָזיציעס פון סאָציאליסטישן רעאליזם, און װי מע זאָל ניט רימען און לויבן די אבסטראקציאָניסטן און קאָלערלײי אנדערע פאָרמאליסטן, פארשטייען דײַטלעך אלע נאָרמאלע מענטשן, אז אינעם ערשטן פאל האָבן מיר צו טאָן מיט עמעסע קינסטלער, מיט עכטער קונסט.
2
און אין צווייטן -- מיט מענטשן פארדאָרבענע, װאָס האָבן, װי מע זאָגט, קרומע קעפּ, פאר- נעמען זיך מיט ניט אָנשטענדיקער כאלטורע, װאָס באליידיקט דעם מענטשנס געפילן. (אפּלאַ- דיסמענטן)
די סאָווצטישע געזעלשאפט ווארפט אָפּ אלדאָס טויט-געבוירענע אין דער קונסט, וי יע- דער לעבעדיקער אָרגאניזם ווארפט אָפּ אָפּגעלעבטע, טויטע קעמערלעך.
א גרויס און וויכטיק אָרט אינעם גײַסטיקן לעבן פון אונדזער פאָלק, אין דער אידעאָלאָ- גישער ארבעט פארנעמט די מוזיק. אין צוזאמענהאנג דערמיט איז נייטיק ארויסצוזאָגן אייניקע געדאנקען וועגן דער צילגעװענדטקײַט פון דער מוזיקאלער שאפונג. מיר ווילן ניט זײַן עפּעס קיין ריכטער צי שטיין באם פּולט און דיריזשירן מיט די קאָמפּאָזיטאָרן.
אין דער מוזיק, װי אין אלע אנדערע מינים קונסט, זײַנען פאראן פארשיידענע זשאנרען, סטילן, פאָרמען. קיינער לייגט ניט ארוף קיין שום פארבאָט אף קין איינעם פון די דאָזיקע סטילן און זשאנױען. מיר ווילן אָבער פונדעסטוועגן ארויסזאָגן אונדזער באציונג צו מוזיק, צו אירע אופגאבן און צילגעװענדטקײַט אין דער מוזיקאלער שאפונג.
אויב ריידן קורץ, זײַנען מיר פאר א מוזיק א מעלאָדישער, אן אינהאלטסרײַכער, וועלכע רעגט דעם מענטשנס נעשאָמע, געבוירט שטארקע געפילן, און מיר טרעטן ארויס קעגן יעט- ווידער קאקאָפּאָניע.
װער קען ניט די לידער ועגן בודיאָניס ארמיי! א סאך גוטע לידער האָבן אָנגעשריבן די קאָמפאָזיטאָרן --- די ברידער פּאָקראס. מיר איז ביז גאָר געפעלן זייער ליד וועגן מאָסקװע, װאָס איז אָנגעשריבן, איך בין זיך מוידע, לוט אונדזער באשטעלונג, ווען איך בין געווען סע- קרעטאר פונעם מאָסקװער קאָמיטעט פון דער פּארטיי. איך געדענק, מיר האָבן זיך פארזאמלט אין מאָסקװער קאָמיטעט און איינער פון זי האָט געשפּילט די דאָזיקע ליד צום ערשטן מאָל. א זינגער איז ער א שוואכלעכער, נאָר מוזיק האָבן די ברידער פּאָקראס אָנגעשריבן גוטע.
און װי רעגונגספול זײַנען די אלטע רעװאָליוציאָנערע לידער, אזעלכע, װי ;פארמוטשעט אין פינצטערער טפיסע", {ווארשאוויאנקע"! װוער קען ניט דעם ,אינטערנאצ;אָנאל"? וויפל יאָרן זינגען מיר די דאָזיקע ליד, זי איז געװאָרן דער אינטערנאציאָנאלער הימן פונעם ארבעטער- קלאס. ס'ארא רעװאָליוציַאָנערע געדאנקען און געפילן זי װעקט אוף, זי הײיבט אוף דעם מענטשן, מאָביליזירט אים קעגן די סאָנים פון די ארבעטנדיקע!
ווען איך הער גלינקעס מוזיק, באװײַזן זיך שטענדיק אף מײַנע אויגן טרערן פון פרייד.
עפשער איז דאָס ניט אין דער מאָדע, פארעלטערט, און איך בין שוין לוט די יאָרן ניט קיין יונגערמאן, נאָר מיר געפעלט, ווען דאוויד אויסטראך שפּילט אפן פידל; מיר געפעלט אויך זייער, וען עס טרעט ארויס דער פידלער-קאָלעקטיוו פון גרויסן טעאטער, איך וייס ניט, וי דער דאָזיקער קאָלעקטיוו הייסט אף דער פּראָפּעסיאָנעלער שפּראך. א סאך מאָל האָב איך גע- הערט זײַנע ארדויסטרעטונגען און שטענדיק האָב איך געהאט גרויס פארגעניגן.
פארשטייט זיך, איך פרעטענדיר ניט דערוף, אז מײַן כוש פאר מוזיק זאָל װערן עפעס א נאָרמע פאר אלעמען. מיר קאָנען דאָך אָבער אויך ניט אונטערבאָמקען יענעם, וער עס דערלאנגט א קאקאָפּאָניע פון קלאנגען אלס עכטע מוזיק, און די מוזיק, וועלכע איז באליבט באם פאָלק, ווערט טרעטירט דורך אייניקע מענטשן, װי א פארעלטערטע.
יעדעס פאָלק האָט זײַנע טראדיציעס אין דער מוזיק און האָט ליב זײַנע נאציאָנאלע פאָלקס-מעלאָדיעס און לידער. איך בין געבוירן אין א רוסיש דאָרף, דערצויגן געװאָרן אף דער רוסישער און אוקראינישער פאָלקסמוזיק, אף אירע מעלאָדיעס און פאָלקסלידער. איך האָב גרויס האנאָע צו הערן די לידער פון סאָלאָװיאָו-סעדאָי, די ליד פונעם קאָמפּאָזיטאָר קאָלמאנאָווסקי אף די ווערטער פונעם דיכטער יעװוטושענקאָ ,, צי ווילן די רוסן א מילכאָמע". מיר זײַנען זייער געפעלן אויך אוקראינישע לידער; איך האָב ליב די ליד ,דאָס האנטעכל", אָנגעשריבן פונעם קאָמפּאָזיטאָר פּ. מײַבאָראָדא אף די ווערטער פון אנדריי מאלישקאָ. דו הערסט די ליד און עס ווילט זיך נאָכאמאָל הערן זי. בא אונדז זײַנען פאראן א סאך גוטע קאָמפּאָזיטאָרן, און זיי האָבן אָנגעשריבן א סאך גוטע לידער, נאָר איך קאָן ניט, װי איר פארשטייט, אלעמען איבערעכענען אין מײַן ארויטטרעטונג.
אין דער מוזיקאלער שאפונג זײַנען פאראן אויך ערנסטע כעסרוינעס. מע קאָן ניט האלטן פאר נאָרמאל דאָס אָפּגעבן זיך צופיל מיט דזשאז-מוזיק און מיט דזשאזן, װי עס לאָזט זיך מערקן די לעצטע צײַט. מע דארף ניט מיינען, אז מיר זײַנען קעגנער פון יעטװוידער מויק פאר !יי דזשאזן, עס זײַנען פאראן פארשיידענע דזשאזן און עס טרעפט פארשיידענע מוזיק פאר זיי. דו- נאיעווסקי האָט געקענט שרײַבן גוטע מוזיק אויך פאר דזשאזן. מיר געפעלן אייניקע לידער אין
23
דער אויספירונג פונעם דזשאז, מיט װעלכן עס פירט אָן לעאָניד אוטיאָסאָו. נאָר עס טרעפט אויך אזא מוזיק, פון וועלכער עס קערט צום ברעכן, עס הייבן זיך אָן שטעכענישן אין מאָגןף
נאָכן פּלענום פונעם קאָמפּאָזיטאָרן-פארבאנד פון רספסר האָט כאװוער שאָסטאקאָװיטש אײַנגעלאדן אונדז אף א קאָנצערט אין קרעמל-טעאטער. כאָטש מיר זײַנען געווען זייער פאר- נומען, נאָר מיר זײַנען געגאנגען הערן די מוזיק, מע האָט אונדז געזאָגט, אז דער קאָנצערט וועט זײַן אן אינטערעסאנטער. און דאָרט זײַנען בעעמעס געווען, װי מיר האָבן זיך איבערצײַגט, אינטערעסאנטע ארויסטרעטונגען. דערנאָך אָבער האָט מען, אומבאװוסט פארװאָס, ארויסגע- לאָזט אף דער בינע איין דזשאז, א צווייטן, א דריטן, דערנאָך אלע דרײַ מיטאמאָל. אפילע פון גוטס, אוב מע כאפּט איבער די מאָס, װערט שװוער, און אויסהאלטן אזא זאלפּ פון דזשאז- מוזיק איז געווען איבער די קויכעס. כאָטש באהאלטן זיך, נאָר --- װוּהין?
מוזיק, אין וועלכער עס איז ניטאָ קיין מעלאָדיע, קאָן גאָרנישט ניט ארויטרופן, אויסער אופרייצונג. מע זאָגט, אז דאָס שטאמט פון ניט פארשטיין. עמעס טאקע, עס טרעפט אזא דזשאז- מוזיק, װאָס סײַ מע קאָן זי ניט פארשטיין, סײַ עס איז עקלהאפט צו הערן זי
א געפיל פון דערווידערונג רופן ארויס אייניקע אזויגערופענע הײַנטצײַטיקע טענץ, וועלכע זײַנען פארשלעפט געװאָרן אין אונדזער לאנד פון מײַרעװ. איך בין א סאך ארומגעפאָרן איבערן לאנד. איך האָב געזען רוסישע, אוקראינישע, קאזאכישע, אוזבעקישע, ארמענישע, גרו- זינישע און אנדערע טענץ. דאָס זײַנען שיינע טענץ, עס איז אָנגענעם צו קוקן אף זיי. און דאָס, װאָס מע רופט הײַנטצײַטיקע טענץ, וועלכע זײַנען אין דער מאָדע, דאָס איז עפעס א מין אומ- אָנשטענדיקײַט, ווילדער עקסטאז, דער טײַװל ווייסט װאָס!: מע זאָגט, אז אזא אומאָנשטענדיקײַט קאָן מען זען בלויז אין די סעקטעס פון טריאסונעס:. איך קאָן עס ניט באשטעטיקן, װוײַל איך אליין בין קיינמאָל ניט געווען אף די אסיפעס פון די טריאסונעס. (א געלעכטער אין זאל.)
װײַזט זיך ארויס, אז צװישן די שעפערישע טוער טרעפן זיך אזעלכע יונגעלײַט, װאָס מיַען זיך צו דערװײַזן, אז די מעלאָדיע אין מוזיק האָט קלוימערשט פארלאָרן דאָס רעכט אף עקזיסטענץ און אף איר אָרט קומט די ,נײַע* מוזיק -- די ,דאָדעקאפאָניע?, זי מויק פון גערויש. א נאָרמאלער מענטש קאָן ניט פארשטיין, װאָס מיינט מען מיטן װאָרט , דאָדעקאפאָניע", װײַזט אויס, אז דאָס איז דאָס זעלבע, װי קאקאָפאָניע. איז אָט די דאָזיקע קאקאָפּאָניע אין דער מוזיק ווארפן מיר אָפּ אינגאנצן. אונדזער פאָלק קאָן ניט נעמען אף זײַן אידײייַשער באװאָפע- נונג דאָס דאָזיקע מיסט.
אויסרופן: ריכטיק! (אפּלאָדיסמענטן)
מיר זײַנען פאר מוזיק, װאָס באגײַסטערט, װאָס רופט צו העלדנמוט און צו ארבעט. א סאָל- דאט, ווען ער גייט אין שלאכט, נעמט מיט דאָס, װאָס אים איז נייטיק, אויך דעם אָרקעסטער לאָזט ער קיינמאָל ניט איבער. אין מארש באגײַסטערט דער אָרקעסטער. מוזיק פאר אזעלכע אָרקעסטערס קאָנען שאפן און עס שאפן די קאָמפּאָזיטאָרן, וועלכע שטייען אף די פאָזיציעס פון סאָציאליסטישן רעאליזם, רײַסן זיך ניט אָפּ פונעם לעבן, פונעם קאמף פון פאָלק און וערן גע- שטיצט דורכן פאָלק.
אונדזער פּאָליטיק אין דער קונסט, די פּאָליטיק פון אומבעשאָלעמדיקײַט צו אבסטראק- ציאָניזם, פאָרמאליזם און יעטווידע אנדערע בורזשואזע פארקריפלונגען, איז א לענינישע פּאָ- ליטיק, וועלכע מיר האָבן דורכגעפירט, פירן דורך און װעלן דורכפירן קאָנסעקװענט. (אפּלאַ- דיסמענטן)
וולאדימיר איליטש לענין האָט באהויפּט, אז די ליטעראטור און קונסט דארפן דינען די אינטערעסן פון די ארבעטער און פויערים, די אינטערעסן פונעם פאָלק.
די אזויגערופענע לינקע קונסט, צו וועלכער אייניקע זינגען דיפיראמבן, האָט וולאדימיר איליטש אָנגערופן אומגעלומפּערטע קרימערײי, איבערנאטירלעכע און אָנגעטראכטע. איצט ווערט פארשפּרייט א לעגענדע, אז לענין האָט קלוימערשט זיך באצויגן מיט טאָלעראנץ און שיר ניט מיט סימפּאטיע צו די פאָרמאליסטישע איבונגען אין דער קונסט. צום פארשפּרייטן דעם ליגן וועגן לענינס אָנשױוּנגען אף דער קונסט האָט, צום באדויערן, א שײַכעס אויך דער כ' ערענבורג. אין זײַנע מעמוארן שרײַבט ער: ,א. וו. לונאטשארסקי האָט מיר דערציילט, אז ווען ער האָט געפרעגט לענינען, צי מעג מען לאָזן די ,לינקע" קינסטלער באפּוצן צום ערשטן מײַ דעם רויטן פּלאץ, האָט וולאדימיר איליטש געענטפערט: ,איך בין אין דעם ניט קיין ספּע- ציאליסט, איך וויל ניט אָנבינדן אנדערע מײַנע גוסטן.
דאָ גיט כ' ערענבורג אָנצוהערן דעם לײענער, אז לענין האָט קלוימערשט דערלאָזן
: -- פונעם רוסישן װאָרט 22082קז -- טרייסלונג.
24
די מעגלעכקײַט פון קאָעקזיסטענץ פון פארשיידענע אידיייישע ריכטונגען אין דער סאָוועטי- שער קונסט.
דאָס איז ניט ריכטיק, כאווער ערענבורג! איר וייסט גוט, אז גראָד לענין האָט ארויס- גערוקט דעם פרינציפּ פון אידײיַשקײַט און פּארטײיַשקײַט פון דער ליטעראטור און קונסט. דאָס האָבן דערנאָך הייס אונטערגעהאלטן גאָרקי און אנדערע שרײַבער, װעלכע האָבן זיך פעסט געשטעלט אף די פאָזיציעס פון דער סאָוועטנמאכט, אף די פּאָזיציעס פון קאמף פאר דער זאך פונעם ארבעטער-קלאס, אף די פּאָזיציעס פון קאמף פארן זיג פונעם קאָמוניזם.
פאר דער פּארטײיַשקײַט, אידײיַשקײַט און קינסטלערישער מײַסטערשאפט האָט ולא- דימיר איליטש לענין הויך געשעצט מאקסים גאָרקיס דערציילונג ,די מוטער".
אין דער קינסטלערישער מײַטטערשאפט, אין דער קלאָרקײַט און דײַטלעכקײַט פון זי אידייישע פּאָזיציעס איז די קראפט פון קינסטלערישע וװוערק. װוײַזט זיך אָבער ארויס, אז ניט אלעמען איז דאָס געפעלן. צומאָל אטאקירט מען די אידיייַשע קלאָרקײַט פון די װערק פון דער ליטעראטור און קונסט אונטערן טערעץ פון קאמף קעגן ריטאָרישקײַט און דידאקטישקײַט. אין א באזונדערס אָפענער פאָרם האָבן זיך אזעלכע שטימונגען אנטפּלעקט אין נעקראסאָווס נאָ- טיצן ,פון ביידע זײַטן אָקעאן", אָפּגעדרוקט אינעם זשורנאל ,נאָװי מיר". אָפּשאצנדיק דעם פילם ,די איליטש-זאסטאווע", װאָס איז נאָך ניט באוויזן אפן עקראן, שרײַבט ער: ,איך בין אָן א גרע- נעץ דאנקבאר כוציעוון און שפאליקאָוון, װאָס זיי האָבן אפן עקראן ניט ארױסגעשלעפּט פאר די גראָוו ווערנדיקע װאָנצעס דעם אלטן ארבעטער, װאָס פארשטייט אלץ, האָט אף אלץ א דײַט- לעכן, א קלאָרן ענטפער. ווען ער װאָלט זיך באוויזן און געקומען לערנען סייכל -- װאָלט דאָס בילד אומגעקומען".
אויסרופן: א שאנדע!
און דאָס שרײַבט א סאָוועטישער שריפטשטעלער אין א סאָוועטישן זשורנאל! מע קאָן ניט אָן אופגעבראכטקײַט לייענען אזעלכע זאכן, וועלכע זײַנען אָנגעשריבן וועגן אן אלטן ארבעטער אין א גדויסהאלטערישן ביטל-טאָן. איך מיין, אז אזא טאָן איז לאכלוטן ניט דערלאָזבאר פאר א סאָוועטישן שרײַבער.
דערצו איז אין די נאָטיצן, וועלכע איך האָב אָנגערופן, אױסגעדריקט די באציונג ניט בלויז צו א פריוואטן פאל אין דער קונסט, דאָ ווערט פּראָקלאמירט א פּרינציפּ, װאָס איז אבסאָ- ליוט ניט אָנעמבאר פאר אונדזער קונסט. און דאָס קאָן נישט ניט ארויסרופן אונדזער אנטשיי- דנסטע דערווידערונג.
די אָנפירונג פון דער לענינישער פּארטיי איז די גאראנטיע פון אלע אונדזערע דערפאָלגן
צווישן אייניקע מענטשן קאָן מען הערן שמועסן וועגן עפעס אן אבסאָליוטער פרײַהײַט פון דער פּערזענלעכקײַט. איך ווייס ניט, װאָס מע האָט דאָ אין זין, נאָר איך האלט, אז קיין אב- סאָליוטע פרײַהײַט פון דער פּערזענלעכקײַט װעט קינמאָל ניט זײַן, אפילע באם פולן קאָמו- ניזם. ,,מיר גלויבן ניט אין קיין ;אבסאָליוטן", -- האָט בעשײַטע געענטפערט וולאדימיר אי- ליטש לענין די אָנהענגער פון ,אבסאָליוטער פרײַהײַט* (װערק, באנד 32, ז. 479). אויך באם קאָמוניזם דארף דער ווילן פון איין מענטשן אונטערווארפן זיך דעם ווילן פונעם גאנצן קאָלעק- טיוו. אויב דאָס װועט ניט זײַן, װעט דער אנארכישער ווילקיר ארײַנטראָגן אן אומאָרדענונג און װועט דעזאָרגאניזירן דאָס לעבן פון דער געזעלשאפט. אָן אן אָרגאניזאצ;אָנעלן, אָנפירנדיקן יע- סאָד קאָן נישט עקזיסטירן ניט בלויז די סאָציאליסטישע געזעלשאפט, נאָר אויך קיין שום געזעל- שאפטלעכע סיסטעם, אפילע דער סאמע קלענסטער קאָלעקטיוו מענטשן.
עס איז ניטאָ קיין נויט צו דערװײַזן, אז אף אלע שטאפּלען פון דער געזעלשאפטלעכער אנטוויקלונג, אָנגעהױיבן פונעם אורשפּרינגלעכן צושטאנד, האָבן די מענטשן זיך פארייניקט אין קאָלעקטיוון, קעדיי צו דעראָבערן לעבנס-מיטלען. און אין אונדזער צײַט, אין דער צײַט פון אטאָם, עלעקטראָניק און קיבערנעטיק, אװטאָמאטיק, שטראָם-ליניעס, פאָדערט זיך אוואדע א פּינקטלעכקײַט, אידעאלע הארמאָניע און אָרגאניזירטקײַט פון אלע רינגען פון דער געזעלשאפט- לעכער סיסטעם סײַ אין דער ספער פון מאטעריִעלער פּראָדוקציע, סײַ אין געביט פון גײַסטיקן לעבן. בלויז אין אזעלכע באדינגונגען קאָן מען געניסן פון אלע װערטן פון דער וויסנשאפט, וועלכע דער מענטש האָט געשאפן, און שטעלט זיי זיך צו דינסט.
צי װעלן מעגלעך זײַן באם קאָמוניזם פאלן פון ברעכן די געזעלשאפטלעכע אָרדענונג, אָפּנײיגונגען פונעם ווילן פון קאָלעקטיו. יאָ, עס װעלן מעגלעך זײַן. נאָר אפּאָנעם, וי איינצלנע פאקטן. מע קאָן ניט האלטן, אז עס װעלן זײַן אויסגעשלאָסן פאלן פון א פּסיכישער קרענק און
25
אז פּסיכיש קראנקע מענטשן װעלן ניט קאָנען ברעכן די קלאָלים פון צוזאמענוווינונג. איך ווייס ניט װאָסערע, נאָר געוויס װעלן וועלכע-ניט-איז מיטלען עקזיסטירן, קעדיי גיט דערלאָזן, או מעשוגאָיִם זאָלן ארויסווארפן זייערע שטיק. אויך איצט איז דאָך פאראן א צוים-העמד, װאָס מע טוט אָן אף מעשוגאָיִם און דערמיט גופע נעמט מען בא זיי צו די מעגלעכקײַט צו ווילדעווען און אָנטאָן שאָדן זיך און די ארומיקע מענטשן.
אין די הײַנטצײַטיקע באדינגונגען קומט אונדז אויס צו פירן אן אײַנגעשפּארטן קאמף קעגן די איבערבלײַבעכצן פון דער פארגאנגענהײַט אינװייניק אין לאנד און אָפּשלאָגן די אטא- קעס פונעם אָרגאניזירטן קלאסן-פּײַנט אף דער צווישנפעלקערלעכער ארענע. אָט וועגן װאָס מיר האָבן קיין רעכט ניט צו פארגעסן אף קיין איין רעגע. אָבער ווער-ניט-ווער פרוווט זיך שטויסן אונדז אפן וועג פון פרידלעכער אידעאָלאָגישער קאָעקזיסטענץ, אונטערווארפן צו אונדז די טוכלע אידיי פון ,אבסאָליוטער פרײַהײַט". אויב יעדער איינער װעט אָנבינדן דער געזעל- שאפט זײַנע סובעקטיוויסטישע אָנשױוּנגען, מאכנדיק זי אלס קלאל פאר אלעמען, און פאָדערן, אז זיי זאָלן פארווירקלעכט וערן אין קעגנזאץ צו די אלגעמיין אָנגענומענע נאָרמעס פון דער סאָציאליסטישער געזעלשאפט, קאָן דאָס אומפארמײַדלעך ברענגען צו דער דעזאָרגאניזאציע פונעם נאָרמאלן לעבן פון די מענטשן, פון דער טעטיקײַט פון דער געזעלשאפט. די געזעל- שאפט קאָן ניט דערלאָזן קיין אנארכיע און ווילקיר מיצאד װועמען עס זאָל ניט זײַן.
די אָנפירנדיקע קראפט פון דער סאָציאליסטישער געזעלשאפט איז די קאָמוניסטישע פּארטיי פונעם סאָוועטנפארבאנד. זי דריקט אויס דעם ווילן פונעם גאנצן סאָוועטישן פאָלק, און דער קאמף פאר די קארדינאלע אינטערעסן פונעם פאָלק איז דער ציל פון איר טעטיקײַט. די פארטיי געניסט פונעם צוטרוי פון פאָלק, וועלכן זי האָט דעראָבערט און דעראָבערט אויך װײַטער מיט איר קאמף, מיט איר בלוט. און אלץ, װאָס שטערט די אינטערעסן פונעם פאָלק, װועט די פּארטיי באזײַטיקן פונעם ועג פון דער בױונג פונעם קאָמוניזם. (דויערנדיקע אפּלאַ- דיסמענטן)
מיר דארפן זיך פאנאנדערקלײַבן אין דער פראגע וועגן הומאניזם, אין דעם, װאָס און פאר וועמען עס איז גוט, װאָס און פאר וועמען עס איז שלעכט. אין דעם פראט, וי אין אלץ, גייען מיר צו פונעם קלאסן-שטאנדפונקט, פון די פּאָזיציעס פון פארטיידיקן די אינטערעסן פון די ארבעטנדיקע. אין לעבן איז ניטאָ אזוינס, װאָס זאָל זײַן אבסאָליוט גוט, קאָלזמאן עס עקזיסטירן אף דער װעלט קלאסן דאָס, װאָס איז גוט פאר דער בורזשואזיע, פאר די אימטעריאליסטן, דאָס איז אן אומגליק פארן ארבעטער-קלאס און, פארקערט, װאָס עס איז גוט פאר די ארבעטנ- דיקע, דאָס אנערקענען ניט די אימפּעריאליסטן, די בורזשואזיע.
מיר װאָלטן װעלן, אז אונדזערע פּרינציפן זאָלן גוט פארשטאנען װערן פון אלעמען, בא- זונדערס פון יענע, װאָס פּרוּוון אָנבינדן אונדז די פרידלעכע קאָעקזיסטענץ אין געביט פון אידעאָלאָגיע. אין דער פּאָליטיק קאָנען קיין שפאסן ניט זײַן. װער עס פּריידיקט די אידיי פון פרידלעכער קאָעקזיסטענץ אין דער אידעאָלאָגיע, יענער פּױזעט אָביעקטיו אראָפּ אף די פאָזי- ציעס פון אנטיקאָמוניזם. די פּײַנט פונעם קאָמוניזם װאָלטן װעלן, מיר זאָלן זיך אידיייַש אנט- װאָפּענען. און דערגרייכן דעם דאָזיקן כיטרע-בייזן ציל זייערן פּרוּוון זיי דורך דער פּראָפּא- גאנדע פון פרידלעכער קאָעקזיסטענץ פון אידעאָלאָגיעס, מיט דער הילף פון דעם דאָזיקן /טראָ- יאנישן פערד", וועלכן זיי װאָלטן כיישעק געהאט ארײַנצופירן צו אונדו.
מיר זײַנען זיכער, אז באליביקע פּרװװון פון די פּײַנט פונעם סאָציָאליזם און קאָמוניזם, געווענדטע קעגן אונדזער מארקסיסטיש-לענינישער אידעאָלאָגיע, וועלן צעקלאפּט ווערן אין דער מאָנאָליטער אידייישער און פּאָליטישער אײינהײַט פונעם ארבעטער-קלאס, קאָלװירטישן פּויער- טום, פאָלקס-אינטעליגענץ פון אונדזער לאנד. (שטורמישוע אפּלאַדיסמענטן)
די פּרעסע און ראדיאָ, ליטעראטור, מאָלערײַיקונסט, מוזיק, קינאָ, טעאטער --- דאָס אלץ איז א שארף אידיייש געווער פון אונדזער פּארטיי. און די פארטיי זאָרגט זיך, אז דאָס דאָזיקע געווער אירס זאָל שטענדיק זײַן אין א צושטאנד פון שלאכט-גרײיטקײַט, זאָל דערלאנגען טרעפ- לעכע קלעפּ די סאָנים. די פּארטיי װעט קיינעם ניט דערלויבן צו אָפּטעמפן דאָס געווער, צו אָפּשוואכן די קראפט פון זײַן אופווירקונג.
די סאָוועטישע ליטעראטור און קונסט אנטוויקלען זיך אונטער דער אומיטלבארער אָנפי- רונג פון דער קאָמוניסטישער פּארטיי און פון איר צענטראל-קאָמיטעט. די פּארטיי האָט דער- צויגן אויסגעצייכנטע, טאלאנטפולע קאדרען שרײַבער, קינסטלער, קאָמפּאָזיטאָרן, טוער פון קינאָ און טעאטער, וועלכע האָבן פעסט פארבונדן זייער לעבן, זייער שאפונג מיט דער לעניני- שער פּארטיי און מיטן פאָלק.
די פּארטיי, דאָס פאָלק, לענין -- זײַנען ניט אָפּצוטײלן איינס פונעם צווייטן. לענינס זאך
26
איז די זאך פון דער פּארטיי און פונעם פאָלק. וועגן דעם האָט גוט געזאָגט דער אויסגעצייכנ- טער דיכטער וולאדימיר מאיאקאָווסקי: ,די פארטיי און לענין זיַנען ברידער צוויי, -- פאר דער מוטער-געשיכטע איז עס גלײַך װי איינער. מיר זאָגן -- לענין, און מיר מיינען -- פארטיי, מיר זאָגן -- פארטיי, און לענינען מיר מיינען"ג. די לענינישע פּארטיי איז דער פאָרגעשריטענער טיל, דער אױסגעפּרוװווטער שלאכט- אוואנגארד פונעם פאָלק. יעדער בירגער פון אונדזער לאנד, װער דאָס זאָל ניט זײַן: אן ארבעטער אָדער א קאָל- װירטניק, א געלערנטער אָדער א שרײַבער, א קינסטלער אָדער א קאָמפּאָזיטאָר --- זײַנען זין און טעכטער פון זייער פאָלק און זיי שטעלן זיך ניט פאָר זייער עקזיסטענץ אויסער דעם לעבן פון פאָלק, אויסער זײַן שאפונגס-טעטיקײַט. די פּארטײיַשקײַט און פאָלקישקײַט אין דער קונסט ווידערשפרעכן ניט איינע די אנדערע, זיי בילדן איין גאנצעס! יענע שעפערישע טוער, וועלכע האָבן נאָך ניט אזא פארשטאנד וועגן זייער אָרט אין דער געזעלשאפט, דארף מען העלפן, אז זי זאָלן דאָס גוט באגרײַפן. פונקט װי א דיריזשאָר אינעם אָרקעסטער גיט אכטונג, אז אלע אינסטרומענטן זאָלן קליג- גען אין אוניסאָן און הארמאָניש, אזוי ריכטעט די פּארטיי אינעם געזעלשאפטלעך-פּאָליטישן לעבן די באמיונגען פון אלע סאָוועטישע מענטשן צו דערגרייכן דעם אײינהײַטלעכן ציל. זט סאָציאליסטישע געזעלשאפט באזײַטיקט דורך דער פּארטיי, אלס אָנפירנדיקע קראפט, די שטױויכלוגגען, וועלכע שטערן דעם נאָרמאלן לעבן פון די מענטשן, און זי שאפט די נייטיקע מאטעריִעלע, קולטורעלע, אידיייַשע פאָרהאנאָכעס פאר דער אופבויוּנג פונעם קאָמוניזם. די פּארטיי-קריטיק קעגן די פאָרמאליסטישע פארקריפלונגען װוערט פארווירקלעכט אין די אינטערעסן פון דער אנטוויקלונג פון דער ליטעראטור און קונסט, וועלכע שפּילן א וויכטיקע ראָליע אינעם גײַסטיקן לעבן פון אונדזער געזעלשאפט. אין דער ליטעראטור און קונסט שטיצט די פארטיי בלויז יענע װוערק, וועלכע באגײַסטערן דאָס פאָלק און באהעפטן זײַנע קרעפטן. די געזעלשאפט האָט רעכט צו פארורטיילן אזעלכע װוערק, וועלכע געפינען זיך אין א װידערשפּרוך מיט אירע אינטערעסן. מיר אלע לעבן אף די מיטלען, וועלכע זײַנען געשאפן דורכן פאָלק, און דערפאר זײַנען מיר מעכוּיעוו צו צאָלן דעם פאָלק מיט אונדזער מי. יעדער איינער דארף, וי די בין אין ביג- שטאָק, דערגאנצן מיט זײַן בײַטראָג די מאטעריעלע און גײַסטיקע אויצרעס פון דער געזעל- שאפט. עס קאָנען זיך געפינען מענטשן, װאָס װעלן זאָגן, אז זיי זײַנען דערמיט ניט מאסקים, אז דאָס איז געוואלט איבער דער פּערזענלעכקײַט, א צוריק-קער צו די פארגאנגענע צײַטף דערוף על איך ענטפערן: מיר לעבן אין אן אָרגאניזירטער סאָציאליסטישער געזעלשאפט, װוּ די אינטערעסן פון דער פּערזענלעכקײַט שטימען מיט די אינטערעסן פון דער געזעלשאפט און געפינען זיך ניט אין קיין ווידערשפּרוך מיט זיי. די פּאָליטיק פון דער פּארטיי דריקט אויס די אינטערעסן פון דער געזעלשאפט אינגאנצן גענומען, הייסט עס, אויך פון יעטװוידער פּערזענלעכקײַט באזונדער, און די פּאָליטיק פון דער פארטיי פירט דורך אין לעבן דער צענטראל-קאָמיטעט, װאָס האָט דעם צוטרוי פון דער פּארטיי, איז אויסגעוויילט לויט איר באפולמעכטיקונג דורכן פּארטיי-צוזאמענפאָר. (שטורמישע אפלאַ- דיסמענטן) אין די פראגן פון קינסטלערישער שאפונג װעט דער צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי פאָדערן בא אלעמען -- סײַ בא דעם סאמע פארדינסטפולן, סײַ בא דעם סאמע באװוּסטן טוער פוך דער ליטעראטור און קונסט, סײַ בא דעם ינגן, אָנפאנגערישן שעפערישן טוער -- די קאָנ- סעקווענטע דורכפירונג פון דער פּארטיייַשער ליניע. די לעצטע צײַט איז אין די ליטעראריש-קינסטלערישע זשורנאלן אָפּגעדרוקט, און אויך ארויסגעגעבן דורך די פארלאגן, א היפש ביסל װוערק וועגן דעם לעבן פון דער סאָוועטישער
1 איבערגעזעצט פון עִמ. קאזאקעװויטש.
27
געזעלשאפט אינעם פּעריאָד פונעם פּערזאָנען-קולט און אין אונדזער צײַט. די שטרעבונג פון די שרײַבער צו פאנאנדערקלײַבן זיך אין די שווערע און קאָמפּליצירטע דערשײַנונגען פונעם אָוואר איז גאנץ געזעצמעסיק. עס איז באװוּסט, אז דער צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטײ האָט אונטערגעהאלטן א ריי װערק פון סאמע שארפן קריטישן כאראקטער.
מע דארף אָבער זאָגן, אז עס באװײַזן זיך אויך אזעלכע ביכער, װוּ עס ווערט, לוט אונדזער מיינונג, געגעבן, אמװייניקסטן, אן אומפינקטלעכע, און, בעסער געזאָגט, א ניט ריכטיקע, איינ- זײַטיקע באלויכטונג פון די דערשײַנונגען און געשעענישן, וועלכע זײַנען פארבונדן מיטן פּער- זאָנען-קולט, און אויך פונעם טאָך פון יענע פרינציפּיעלע, קארדינאלע ענדערונגען, ועלכע זײַנען פאָרגעקומען און קומען פאָר אינעם געזעלשאפטלעכן, פאָליטישן און גײַסטיקן לעבן פונעם פאָלק נאָכן 24 פארטיי-צוזאמענפאָר. צו אזעלכע ביכער װאָלט איך פארעכנט דעם כ' ערענ- בורגס דערציילונג , אן אָדליגע".
מיטן באגריף אָדליגע איז פארבונדן די פאָרשטעלונג וועגן א צײַט, ווען עס איז ניטאָ קיין שטאנדהאפטיקײַט, באשטענדיקײַט, פארענדיקטקײַט, ווען די נאטור איז פול מיט טעמפעראטור- וואקלונגען, ווען עס איז שווער צו פאָרויסזען, ויָאזוי און אין װאָס פאר א ריכטונג עס װעט זיך אײַנשטעלן דער װועטער. מיט אזא ליטעראריש בילד קאָן מען ניט שאפן קיין ריכטיקע מיינונג וועגן דעם מעהוס פון יענע פּרינציפּיעלע ענדערונגען, וועלכע זײַנען נאָך סטאלינס טוט פאָר- געקומען אינעם געזעלשאפטלעכן, פּאָליטישן, פּראָדוצירישן און גײַסטיקן לעבן פון דער סאָווע- טישער געזעלשאפט.
פאר אונדזער פאָלק האָט זיך געעפנט די קלאָרע, ליכטיקע פערספעקטיוו פונעם קאָמו- ניסטישן מאָרגן. דאָס באװוּסטזײַן, אז שוין דער הײַנטיקער דאָר װעט לעבן באם קאָמוניזם, פילט אָן די הערצער פון די סאָוועטישע מענטשן מיט א געפיל פון שטאָלץ פאר זײיער לאנד, באגײַסטערט זיי צו העלדנטאטן אין דער ארבעט לעשעם דעם קאָמוניזם. אלע אין אונדזער לאנד עטעמען איצט פּרײַ, באציען זיך איינער צום צווייטן מיט צוטרוי, אָן כשאד, זײַנען רויַק פאר זייער הײַנט און מאָרגן, װאָס װוערט זיי גאראנטירט דורך דער גאנצער לעבנס-אָרדענונג.
האָבנדיק ליקוידירט די פאָלגן פון סטאלינס פּערזאָנען-קולט, האָט די קאָמוניסטישע פּארטיי באזײַטיקט אלע שטערונגען, וועלכע האָבן געהאמעוועט די איניציאטיוו און די אקטיוו- קײַט פון די ארבעטנדיקע, און האָט געשאפן די סאמע גינסטיקע באדינגונגען פאר דער אנט- וויקלונג פון די שעפערישע קרעפטן פונעם פאָלק.
עס איז אָנגעקומען א נײַער פּעריֵאָד אינעם לעבן פון דער פּארטיי און פאָלק. בײַקומענ- דיק די שעדלעכע פאָלגן פונעם פּערזאָנעןיקולט, האָט די פּארטיי געפירט און זי פירט אויך װוײַטער אן אנטשיידענעם קורס אף אופשטעלן די לענינישע נאָרמעס פונעם פּארטייִשן און מעלוכישן לעבן, צו אנטוויקלען װײַטער די סאָציאליסטישע דעמאָקראטיע און מאָביליזירן אלע קרעפטן פאר דער פאנאנדערגעוויקלטער בווּנג פונעם קאָמוניזם. (דויערנדיקע אפּלאַדיסמענטן)
דאָס באטײַט אָבער קלאל ניט, אז איצט, נאָכן פארורטיילן דעם פּערזאָנען-קולט, איז אָנ- געקומען די צײַט פון זעלבסטשטראָם, אז עס איז קלוימערשט אָפּגעשואכט געװאָרן זי אָנפירונג, אז די געזעלשאפטלעכע שיף טראָגט זיך לױטן וילן פון די כוואליעס און יעדער איינער קאָן טאָן אלץ לוט זײַן אייגענעם קאפריז, פירן זיך, וי אים גלוסט זיך. ניין, די פּארטיי האָט דורכגעפירט און װעט קאָנסעקװענט און פעסט דורכפירן דעם לענינישן קורס, וועלכן זי האָט אויסגעארבעט, זי װעט אומבעשאָלעמדיק ארויסטרעטן קעגן יעטווידע אידיייַשע וואקלונ- גען און פּרוּוון צו ברעכן די לעבנס-נאָרמעס פון אונדזער געזעלשאפט.
עס װוילט זיך בארירן נאָך איין פראגע, װאָס איז פארבונדן מיטן באלײַכטן אין דער ליטע- ראטור דעם פּעריְאָד פונעם פּערזאָנעןיקולט. מע דערציילט, אז אין די זשורנאלן און פארלאגן שטראָמען מאנוסקריפּטן װעגן דעם לעבן פון מענטשן אין פארשיקונג, אין די טורמעס, אין די לאגערן.
איך כאזער איבער נאָכאמאָל, אז דאָס איז זייער- א געפערלעכע טעמע און א שווערער מא- טעריאל. װאָס וייניקער בא מענטשן איז דאָ אכרײַעס פאר אונדזער הײַנטיקן טאָג און פאר דער צוקונפט פון אונדזער לאנד און פּארטיי, אלץ מיט מערער לײַכטקײַט ווארפן זיך אף דעם דאָזיקן מאטעריאל ליבהאָבער פון סענסאציעס, ליבהאָבער פון ,געבראָטנס*.
אויסרופן: ריכטיק! (אפּלאָדיסמענטן)
איר װועט אויסטראכטן א סענסאציע, איר װעט דערלאנגען דאָס דאָזיקע ;געבראָטנס?, און ווער װעט זיך צוכאפּן צו אים? אזא ,;געבראָטנס? װעלן, װי א נעוויילע, באפאלן פליגן, גרויסע פעטע פליגן, עס װעט נעמען קריכן פון אויסלאנד קאָלערלײ בורזשואזע אומרײינקײַט.
ווער עס יל פארשאפן האנאָע אונדזערע סאָנים, קאָן זי לײַכט טאָן א טויווע. װער עס וויל דינען דער זאך פון אונדזער פאָלק, דער זאך פון אונדזער פּארטײי, --- יענער װועט געמען
28
אזא טעמע, א קוק טאָן, אָפּװױגן זי, און אוב ער װעט פילן אין זיך קויעך, אז ער װעט זיך ספראווען מיט דעם דאָזיקן מאטעריאל, װועט ער אָנשרײַבן א װערק, װאָס איז נייטיק דעם פאָלק, ער װעט דערלאנגען דעם מאטעריאל אזוי, אז ער װעט פארשטארקן די קויכעס פונעם פאָלק, ער װעט העלפן אונדזער פארטיי צו באהעפטן דאָס פאָלק און פארגיכערן זײַן טראָט צום גרויסן ציל. נאָר ניט יעדער איינער איז אימשטאנד צו ספּראווען זיך מיט אזא אופגאבע, כאָטש, װי עס זעט אויס, רײַסן זיך א סאך צו אָט דעם מאטעריאל.
דאָ איז נייטיק מאָס. װען אלע שרײַבער װאָלטן נעמען שרײַבן בלױז אף די דאָזיקע טעמעס, װאָס װאָלט דאָס געווען פאר א ליטעראטור!
אין צענטראל-קאָמיטעט פון דער פּארטיי קומען אָן בריוו, אין וועלכע עס וװוערט ארויס- געזאָגט אן אומרו אין צוזאמענהאנג דערמיט, װאָס אין אייניקע ווערק ווערט אין א פארקריפּל- טער פאָרם געשילדערט די לאגע פון די ייִדן בא אונדז אין לאנד. אין דער בורזשואזער פּרעסע, וי איר ווייסט פון דעם בריוו-אויסטויש צװישן דעם ענגלישן פילאָסאָף ראסעל און מיר, פירט זיך אפילע א רעכילעסדיקע קאמפּאניע קעגן אונדז.
אף אונדזער באגעגעניש אין דעקאבער האָבן מיר שוין בארירט די דאָזיקע פראגע אין צוזאמענהאנג מיט דעם דיכטער יעװטושענקאָס ליד ,באביייאר". די אומשטענדן פאָדערן, אז מיר זאָלן זיך אומקערן צו דער דאָזיקער פראגע.
פארװאָס קריטיקירט מען די דאָזיקע ליד? דערפאר, װאָס איר אװטאָר האָט ניט געקענט עמעסדיק באװײַזן און פארורטיילן די פאשיסטישע, טאקע די פאשיסטישע פארברעכער פאר די מאסן-האריגעס, וועלכע זי האָבן דורכגעפירט אין ,באבי-יאר". אין דער ליד ווערט געשיל- דערט אזוי, אז א קאָרבן פון די פאשיסטישע רעציכעס איז געווען בלויז די ייִדישע באפעלקע- רונג, אין דער צײַט, וען עס זײַנען דאָרט אומגעקומען פון די הענט פון די היטלעריסטישע הענקערס ניט וייניק רוסן, אוקראינער און סאָוועטישע מענטשן פון אנדערע נאציאָנאליטעטן פון דער דאָזיקער ליד איז צו זען, אז דער אװטאָר האָט ניט ארויסגעוויזן פּאָליטישע רײַפקײַט און ער ווייסט ניט די היסטאָרישע פאקטן.
וועמען און צוליב װאָס איז נייטיק געװוען צו פאָרשטעלן די זאך אזוי, אז קלוימערשט די באפעלקערונג פון דער ייִדישער נאציאָנאליטעט בא אונדז אין לאנד װערט דורך עמעצן געקריוודעט. דאָס איז ניט עמעס. זינט דער אָקטיאבער-רעװאָליוציע געפינען זיך די ייִדן בא אונדז אין לאנד אין אלע הינזיכטן אין א גלײַכער לאגע מיט אלע אנדערע פעלקער פון פססר. בא אונדז עקזיסטירט ניט קיין ייַדן-פראגע, און יענע, װאָס האָבן זי אויסגעטראכט, באָמקען נאָך א פרעמדער שטים.
װאָס אָנבאלאנגט דעם רוסישן ארבעטער-קלאס, איז ער אויך ביז דער רעװאָליוציע גע- ווען אן אומבעשאָלעמדיקער פּײַנט פון יעטװידער נאצי;אָנאלער אונטערדריקונג, דערונטער אויך פונעם אנטיסעמיטיזם.
אין דער פאררעװאָליוצ;אָנערער צײַט האָב איך געלעבט צװישן שאכטיאָרן. די ארבעטער פלעגן פארורטיילן יענע, װאָס האָבן אָנטײלגענומען אין פּאָגראָמען אף ייִדן. אינספּירירט די פּאָגראָמען האָבן די זעלבסטהערשערישע רעגירונג, די קאפּיטאליסטן, פּריצים און בורזשואזיע. די פּאָגראָמען זײַנען זי נייטיק געווען אלס מיטל אָפּצוציַען די ארבעטנדיקע פון רעװאָלין- ציָאָנערן קאמף. די אָרגאניזאטאָרן פון די פּאָגראָמען זײַנען געווען די פּאָליצײ, די זשאנדאר- מעריע, די שווארצמייעניקעס, וועלכע האָבן ווערבירט די קוילערס צװישן דער אונטערװעלט פון דער געזעלשאפט, צװישן דעקלאסירטע עלעמענטן. זייער אגענטור אין די שטעט זײַנען געווען א סאך דװאָרּניקעס.
אזוי, לעמאָשל, האָט דעם באװוּסטן רעװאָליציאָנער-באָלשעװיק כ' באוּמאן, װאָס איז ניט געווען קיין ייָד, דערהארגעט אין מאָסקװע א דװאָרניק לויטן אופּטראָג פון דער זשאנדארמעריע.
אין גאָרקיס אויסגעצייכנטער דערציילונג ,די מוטער" איז פּרעכטיק באוויזן דער אינ- טערנאציאָנאליזם פונעם ארבעטער-קלאס פון רוסלאנד. אין די רייען פון די ארבעטער-רעואָ- ליוציאָנערן געפינען זיך פאָרשטייער פון פארשיידענע נאציאָנאליטעטן. דערמאָנט זיך כאָטש דעם רוסישן ארבעטער פּאוועל וולאסאָוו און דעם אוקראינער אנדריי נאכאָדקא.
מײַן קינדהײַט און יוגנט זײַנען פארלאָפּן אין יוזאָווקע, װוּ עס האָבן דעמלט געװווינט א סאך ייִדן. אין זאװאָד האָב איך א געװיסע צײַט געארבעט אלס געהילף פונעם שלאָסער יאקאָװו איסאקאָוויטש קוטיקאָוו. ער איז געװוען א קוואליפיצירטער ארבעטער. צװישן די ארבעטער פונעם זאװאָד זײַנען געווען אויך אנדערע ייִדן. איך געדענק, אז אלס קופּער-גיסער האָט געאר- בעט א ייָד, און דאָס האָט זיך דעמלט גערעכנט פאר א זייער הויכער קוואליפיקאציע. איך האָב אָפּט געזען אָט דעם קופּער-גיסער, ער איז, װװײַזט אויס, געווען א רעליגיעזער מענטש אוך פלעגט שאבעס ניט ארבעטן, נאָר אזוי וי אלע אוקראינער, רוסן און אנדערע האָבן יאָ געאר-
29
==
יע
בעט, פלעגט ער אויך קומען אין גוס-צעך און געפינען זיך דאָרט דעם גאנצן טאָג, כאָטש אין דער ארבעט פלעגט ער קין אָנטײל ניט נעמעף
אין זאװאָד האָבן געארבעט רוסן, אוקראינער, ייַדן, פּאָליאקן, לעטן, עסטן און אנדערע. קיינער האָט אן אנדערשמאָל אפילע ניט געװוּסט, צו װאָס פאר א נאציאָנאליטעט עט געהערט דער אָדער יענער ארבעטער. צווישן די ארבעטער פון אלע נאציאָנאליטעטן זײַנען די באציונ- גען געווען כאווערישע. :
אָט דאָס הייסט טאקע קלאסן-אײינהײַט, פּראָלעטארישער אינטערנאציאָנאליזם.
ווען איך בין געווען אין די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע און בין געפאָרן אין אן אווטאָ קיין לאָס-אנזשעלאָס, האָט זיך צו אונדז ארײַנגעזעצט, װי ער האָט זיך פאָרגעשטעלט, דער שטעלפארטרעטער פונעם שטאָט-מער. ער האָט גערעדט רוסיש. ניט אזא ריינעט דוסיש, נאָר גאנץ פרײַ. איך האָב אף אים א קוק געגעבן און געפרעגט:
--- פונוואנען קענט איר רוסיש?
-- װי זשע אנדערש, איך האָב געװווינט אין ראָסטאָו, מײַן טאטע איז געווען א סויכער פון דער צווייטער גילדיע.
אזעלכע האָבן געוװווינט אויך אין פעטערבורג און אומעטום, װוּ זיי האָבן געװאָלט.
אָט זעט איר, עס װײַזט זיך ארויס, אז דער ייִד קוטיקאָוו, מיט וועמען איך האָב געארבעט אין זאװאָד, האָט אין דער צארישער צײַט ניט געקאָנט װוינען דאָרט, װוּ ער װאָלט װעלן, און אזא ייָד, װי דער טאטע פונעם שטעלפארטרעטער פונעם שטאָט-מער פון לאָט-אנזשעלאָס, האָט געמעגט ווינען, װוּ ער האָט געװאָלט.
אָט אזוי האָט די צארישע רעגירונג באטראכט די נאציאָנאלע פראגע; זי איז אויך צוגע- גאנגען צו איר פון קלאסן-שטאנדפונקט. און דעריבער האָבן ייִדן -- גרויסע הענדלער, קאפי- טאליסטן געהאט רעכט צו וװווינען אומעטום, און די ייִדישע אָרעמשאפט אָבער -- זי האָט גע- טיילט דעם זעלבן גוירל, װי די רוסישע, אוקראינישע און אנדערע ארבעטער; זי האָבן געדארפט האָרעװען, לעבן אין כורוועס און שלעפּן אף זיך דעם יאָך פון שקלאפן-ארבעט, װי אלע פעלקער פונעם צארישן רוסלאנד.
פארשיידענע מענטשן האָבן זיך פארשיידן אופגעפירט אויך אינעם פֶּעריְאָד פון דער פאָ- טערלענדישער מילכאָמע קעגן די פאשיסטישע פארכאפערס. אין יענער צײַט איז ארויסגעויזן געװאָרן ניט װײיניק העראָיִזם, דערונטער אויך מיצאד די ייִדן. די פארדינסטפולע פון זיי האָבן באקומען דעם טיטל העלד פונעם סאָוועטנפארבאנד, א סאך זײַנען באלוינט געװאָרן מיט אָר- דענס און מעדאלן, איך װעל אָנרופן אלס בײַשפּיל דעם העלד פונעם סאָוועטנפארבאנד גענע- ראל קרייזער. ער איז געווען שטעלפארטרעטער פונעם קאָמאנדיר פון דער צווייטער גווארדיע- ארמיי אין דער צײַט פון דער גרויסער שלאכט בא דער װאָלגע, ער האָט זיך באטײיליקט אין די קאמפן פאר באפרײַען דאָנבאס און קרים. איצט שטייט דער גענעראל קרייזער בעראָש פונעם מיליטער אפן װוײַטן מיזרעך.
עס זײַנען געווען אויך פאלן פון פאראט מיצאד מענטשן פון פארשיידענע נאציאָנאליי טעטן. איך קאָן אײַך ברענגען אזא פאקט. ווען מע האָט ארומגערינגלט פאוליוטעס גרופירונג און דערנאָך צעקלאפּט זי, האָט אין דער אָפּעראציע פון נעמען אין געפאנגענשאפט פאוּליוסעס שטאב זיך באטײיליקט די 64-טע ארמיי, װאָס איר קאָמאנדיר איז געווען גענעראל שומילאָוו און מיטגליד פונעם קריגסראט איז געווען גענעראל ז. ט. סערדיוק. ער האָט מיר אָנגעקלונגען און געזאָגט, אז צווישן די געפאנגענע, וועלכע מע האָט פארכאפּט מיט פאוליוסעס שטאב, גע- פינט זיך דער געװעזענער אינסטרוקטאָר פונעם קיַעװער שטאָט-קאָמיטעט פונעם קאָמיג קאָגאן. איך פרעג:
-- וויָאזוי האָט ער געקאָנט אהין ארײַנפאלן, צי האָט איר ניט קיין טאָעס?
--- ניין, איך האָב ניט קיין טאָעס, -- זאָגט כ' סערדיוק. -- דער דאָזיקער קאָגאן איז גע- זוען אן איבערזעצער בא פּאוּליוסעס שטאב.
אין דער אָפּעראציע פון נעמען אין געפאנגענשאפט פּאוּליוסן האָט זיך באטײיליקט א מע- כאניזירטע בריגאדע, װאָס איר קאָמאנדיר איז געווען דער פּאָלקאָװניק בורמאקאָוו און קאָמי סאר פון דער דאָזיקער בריגאדע -- כ' װינאָקור, א ייַד לוט דער נאציאָנאליטעט. װינאָקורן האָב איך געקענט נאָך פון 1931, ווען איך האָב געארבעט אלס סעקרעטאר פון באוּמאנער ראיקאָם פון דער פארטיי אין מאָסקװע און ער איז געווען סעקרעטאר פון פארטיי-קעמערל אין פוטער- און מילך-זאװאָד.
באקומט זיך אזוי: איין ייד -- דינט אלס איבערזעצער בא פּאוּליוסעס שטאב, און א צווייטער ייִד באטייליקט זיך מיט אונדזער מיליטער אין דער אָפּעראציע פון נעמען אין געפאנ- גענשאפט פּאוּליוסן און זײַן איבערזעצער.
2: 30
די האנדלונגען פון מענטשן װערן געשאצט ניט פון נאציאָנאלן שטאנדפּונקט, נאָר פון קלאסן-שטאנדפּונקט.
עס איז ניט אין די אינטערױעסן פון אונדזער זאך צו אויסזוכן אין די מיסטקאסטנס פון דער פארגאנגענהײַט בײַשפּילן פון כלוקעדייעס צװוישן די ארבעטנדיקע פון פארשיידענע נא- ציאָנאליטעטן. ניט אף זיי ליגט די פאראנטװאָרטלעכקײַט פאר צעצינדן דעם נאציאָנאלן האס און פאר דער נאציאָנאלער אונטערדריקונג. דאָס איז אן ארבעט פון די עקספּלואטאטאָרישע קלאסן. און װאָס אָנבאלאנגט יענע, וועלכע האָבן פאראטן די אינטערעסן פון דער רעװאָליוציע, האָבן די געדונגענע מעשאָרסים פונעם צאריזם, פון די פּריצים און בורזשואזיע ווערבירט זיי אומעטום און האָבן געפונען פארקויפטע נעשאָמעס צװישן מענטשן פון פארשיידענע נא- ציאָנאליטעטן.
עס איז לעפּיש צושרײַבן דעם רוסישן פאָלק די שולד פאר די שמוציקע פּראָװאָקאציעס פון די שווארצמייעניקעס, נאָר עס װאָלט אויך לעפּיש געווען ארופצולייגן די פאראנטװאָרט- לעכקײַט אפן גאנצן ייִדישן פאָלק פאר דעם נאציאָנאליזם און ציַעניזם פונעם ,בונד", פאר דער פּראָװאָקאטאָרישקײַט פון אזעפן און זשיטאָמירסקין (אָטצאָװ"), פאר די פארשיידענע ייִדישע אָרגאניזאציעס, וועלכע זײַנען בעשײַטע געווען פארבונדן מיט די ,זובאטאָווצעס" און מיט דער צאדישער אָכראנקע.
אונדזער לענינישע פארטיי פירט קאָנסעקװענט דורך די פּאָליטיק פון פרײַנטשאפט צװישן אלע פעלקער, זי דערציט די סאָוועטישע מענטשן אין גײַסט פון אינטערנאציאָנאליזם, אומבעשאָלעמדיקײַט צו אלע און יעטווידע אנטפּלעקונגען פון ראסן-דיסקרימינאציע, נאציאָ- נאלער סינע. די הויכע און נאָבעלע אידעאלן פון אינטערנאציאָנאליזם, פון דער ברידערשאפט פון די פעלקער באשטעטיקט אונדזער קונסט.
א וויכטיקע פראגע -- די רײַזעס פון אונדזערע שעפערישע טוער קיין אויסלאנד. דער צענטראל-קאָמיטעט פון דער פארטיי גיט צו אזעלכע רײַזעס א גרויסע באדײַטונג. מע דארף,. אז די סאָוועטישע שרײַבער זאָלן קאָנען מיט זייערע אייגענע אויגן זען, ויאזוי עס לעבן די פעלקער פון פארשיידענע לענדער, קעדיי זי זאָלן שאפן ווערק וועגן דעם לעבן און קאמף פון די ארבעטנדיקע, קעגן דעם אימפּעריאליזם און קאָלאָניאליזם, פאר שאָלעם, פרײַהײַט און גליק פון די פעלקער. די װערק פון דער סאָוועטישער ליטעראטור און קונסט, וועלכע זײַנען דורכגע- דרונגען מיטן גײַסט פון אינטערנאציאָנאליזם, באלײַכטן װאָרהאפטיק דאָס לעבן און דעם קאמף פון די פעלקער פון די סאָציָאליסטישע לענדער.
עס טרעפן אָבער אזעלכע פאלן, ווען די רײַזעס פון ליטעראטן קיין אויסלאנד -- ניט נאָר זיי ברענגען ניט קיין נוצן, נאָר זיי קערן זיך אויך אויס קעגן די אינטערעסן פון אונדזער לאנד.
באקאנסט זיך מיט די מאטעריאלן וועגן די ארויסטרעטונגען פון אייניקע סאָוועטישע שרײַבער אין אויסלאנד און דו קאָנסט ניט פארשטיין, וועגן װאָס זאָרגן זיי זיך, צי וועגן דעם, זיי זאָלן דערציילן דעם עמעס ועגן די דערפאָלגן פונעם סאָוועטישן פאָלק, צי וועגן דעם, אז זיי זאָלן אום יעדער פּרײַז געפעלן װערן דעם אויסלענדישן בורזשואזן פּובליקום. אזעלכע ,טו- ריסטן" האלטן אין איין געבן אף רעכטס און אף לינקס זייערע אינטערוויוען די פארשיידענע בורזשואזע, דערונטער אויך די סאמע רעאקציאָנערע, צײַטונגען, זשורנאלן און אינפאָרמאציע- אגענצן. אין די אינטערוויוען פארשפּרייטן זיי מיט אן איבעראשנדיקער אומפאראנטװאָרטלעכ- קײַט ניט געשטויגענע און ניט געפלויגענע מײַסעס ועגן דעם לעבן אינעט אייגענעם לאנד.
א ניט אָנגענעמען אײַנדרוק האָט איבערגעלאָזט די רײַזע פון די שרײיַבער וו. נעקראסאָוו, ק. פּאוסטאָווסקי און א. װאָזנעסענסקי קיין פראנקרײַך. ניט פאָרזיכטיק איז געווען אין זײַנע דערקלערונגען װו. קאטײַעוו בייס זײַן רײַזע איבער אמעריקע.
מע כאנפעט אונטער אין אויסלאנד א ניט שטאנדהאפטיקן מענטשן. מע רופט אים אָן ;דער סימבאָל פון דער נײַער עפּאָכע" אָדער נאָך עפּעס אין זעלבן גײַסט, און ער פארגעסט, פונוואנען, װוּהין און צוליב װאָס איז ער אהין געקומען, און הייבט אָן פּלאפּלען נארישקײַטן.
גאָר ניט לאנג צוריק איז דער דיכטער יעווגעני יעוװוטושענקאָ געפאָרן קיין מײַרעוו- דײַטשלאנד און קיין פראנקרײַך. ער האָט זיך נאָרװאָס אומגעקערט פון פּאריזש, װוּ ער איז ארױיסגעטראָטן פאר א פילטויזנטקעפיקער אאודיטאָריע פון ארבעטער, סטודענטן פרײַנט פונעם סאָוועטנפארבאנד. כ' יעווטושענקאָ, מע דארף אים אָפּגעבן זײַנס, האָט בייס דער דאָזי- קער רײַזע װירדיק זיך אופגעפירט. נאָר אויך ער, אוב גלייבן דעם זשורנאל , לעטער פראנ- סעז", האָט ניט גויווער געװוען די טײַווע צו באקומען א לויב פוגעם בורזשואזן פּובליקום.
דער דיכטער האָט אף א מאָדנעם אויפן אינפאָרמירט זײַנע צוהערער וועגן דעם, װי מע באציט זיך בא אונדז אין לאנד צו זײַן ליד ;באבי-יאר". ער האָט זיי מיטגעטיילט, אז דאָס פאָלק האָט זײַן ליד אָנגענומען, קריטיקירט האָבן אים די דאָגמאטיקער. עס איז דאָך אָבער
31
ברייט באװוּסט, אז דעם כ' יעװוטושענקאָס ליד האָבן קריטיקירט קאָמוניסטן. װי זשע קאָן מען פארגעסן וועגן דעם און ניט מאכן פאר זיך קיין אויספירן? די בורזשואזע פּרעסע לױבט אָפט אייניקע אונדזערע קונסט-טוער דערפאר, װאָס זי פּרוון ניט, וי די דאָזיקע פרעסע באהופּט, ;צודעקנדיק זיך מיטן פײַער פון דינאלעקטישע קונצ- שטיק, אריבערגיין אין א צוריקטריט", ווען זייערע באאָבאכטונגען אנטשפרעכן ניט דער ,פאר- טײייַשער דאָקטרינע". : ׂ' אזא לויב איז א באליידיקונג פאר א סאָוועטישן מענטשן. וולאדימיר איליטש לענין האָט ליב געהאט צו דערמאָנען די גלענצנדיקע װוערטער פונעם דיכטער נעקראסאָו: ער הערט זײַן רעכט, װאָס טוט אים פרייען, ניס אין דער לב פון זיסצ רייד, נאָר אין די װילדע האס-געשריעף דאָס האָט אָנגעשריבן דער כאווער נעקראסאָוו, אָבער ניט דער דאָזיקער נעקראסאָוו, גאָר יענער נעקראסאָװו, וועמען אלע קענען. (א געלעכטער אין זאל. אפּלאַדיסמענטן) אלע דארפן פארשטיין די צײַט, אין וועלכער מיר לעבן. דער סאָציאליזם האָט געזיגט פול- שטענדיק און ענדגילטיק בא אונדז אין לאנד. איצט זײַנען די גרענעצן פונעם סאָציאליזם ברייט פאנאנדערגערוקט. די ארמיי פון בויער פונעם סאָציָאליזם און קאָמוניזם ציילט אין אירע רייען העכער א מיליארד מענטשן. און אפן ערדקײַלעך ווינען מער פון דרײַ מיליארד. אויב אונדזערע קויכעס וואקסן, דרעמלט אָבער איך ניט דער פּײַנט. אין שרעק פאר דער וואקסנדיקער קראפט פונעם סאָציאליזם שארפט ער בייז זײַן געווער קעגן די לענדער פונעם סאָציַאליזם, פאר דער מילכאָמע, וועלכע ער גרייט. די סאָנים פונעם קאָמוניזם ליגן
דיק וועגן דעם, כאוויירים, און האלט אײַער געווער אין פולער אָרדענונג, גרייט צו די שלאכטן. (דויערנדיקע אפלאַדיסמענטן)
כאוויירים! מיר האָבן מיט אײַך באהאנדלט א גרויסן קרײַז פראגן, וויכטיקע פאר אונדזער מעלוכע, פאר דער אידעאָלאָגישער ארבעט פון דער פארטיי. דאָס, װאָס מיר באגעגענען זיך מיט אײַך אין א כאווערישער סוויווע און באהאנדלען געמיינזאם אלע פּראָבלעמען, וועלכע רעגן אונדז אלעמען, -- איז דער אויסדרוק פון דער נײַער אומגעבונג, וועלכע האָט זיך געשאפן בא אונדז אין לאנד פאר די לעצטע יאָרןף
דאָס פאָלק און די פּארטיי זײַנען טיף פארינטערעסירט אין דעם, אז די קינסטלערישע שאפונג זאָל זיך בא אונדז אנטוויקלען אין דער געהעריקער ריכטונג. די אנטוויקלונגס-ליניע פון דער ליטעראטור און קונסט איז אָנגעמערקט אין דער פּארטיי-פראָגראם, וועלכע איז בא- האנדלט געװאָרן דורכן גאנצן פאָלק און האָט באקומען די אלגעמיינע שטיצע און באוויליקונג פון די ארבעטער, קאָלװירטניקעס, אינטעליגענץ.
און װי עס איז בעסער און ריכטיקער צו פארווירקלעכן די דאָזיקע ליניע אין דער קינסט- ערישער שאפונג, -- דאָס לייזט יעדער איינער פון אײַך אין העסקעם מיטן פארשטיין זײַן כויוו פארן פאָלק און מיט די באזונדערקײַטן פון זײַן טאלאנט, פון זײַן קינסטלערישער אינדי- ווידואליטעט. :
די באגעגענישן פון די אָנפירער פון דער פּארטיי און רעגירונג מיט די טוער פון 7ער ליטעראטור און קונסט, די קריטיק פון די כעסרוינעס, דאָס קעגנזײַטיקע באשטימען זי גײַע אופגאבן, וועלכע דאָס לעבן רוקט ארויס, די אָפנהארציקע שמועסן, וועלכע קומען פאָר בייסם די דאָזיקע באגעגענישן, -- דאָס אלץ באװײַזט, אז מיר מיט אײַך זײַנען איינמוטיק אינעם אָפּי שאצן די דערפאָלגן און די כעסרויגעס פון דער ליטעראטור און קונסט. איך מיין, אז אויך דער הײַנטיקער מיינונגס-אויסטויש װעט האָבן א וויכטיקע באדײַטונג פאר דער װײַטערדיקער אנט- וויקלונג פון דער ליטעראטור און קונסט. (דויערנדיקע אפּלאַדיסמענטן) | = מיר רופן די טוער פון דער סאָוועטישער ליטעראטור און קונסט, די טרײַע מיטהעלפער פון דער פּארטיי, נאָך ענגער צונויפשליסן זייערע רייען און אונטער דער אָנפירונג פונעם לענינישן צענטראל-קאָמיטעט ריכטן זייערע באמיונגען צום דעראָבערן נײַע דערפאָלגן אין דער בווּנג פונעם קאָמוניזם. (שטורמישע, דויערנדיקע אפּלאָדיסמענטן. אלע שטעלן זיך אוף}
צֹד
2--8
עמאנויַל קאזאקעוויטש
דער ניט לאנג צוריק פארשטאַרבענער באװוּסטער סאַװעטישער שרײַבער עמאנױיַל קאזאקעװיטש איז א באקאנטער נאָמען אויך אין דער ייִדישער זיכטונג. סאַף צװאנציקער און אַנהײב דרײַסי קער יאָרן האָט ער אָפגעדרוקט זײַנע ערשטע שאפונגען. ערעװ דער גרויסער פאַטערלענדישער מילכאַמע איז דערשינען ע. קאזא- קעװיטשעס לידער'זאמלונג .גרױיסע װעלט*. מיר דרוקן דאַ אייניקע זײַנע װײניק באקאנטע לידער.
דערפאר איז גרויס מײַן שטאָלץ..
1
די גרויסע וועלט, װאָס רינגלט מיך ארום,
און אויך די וועלט, װאָס איז אין מיר פארבאָרגן, פארבונדן זײַנען מיט דעם זעלבן רום,
די זעלבע גרויסע מוטערלעכע זאָרגן.
ס'איז מײַן פארשטאנד :-- א טייל פון איר פארשטאנד, איר ריזן-ווילן --- אין מײַן קלענסטן שטרעבן,
כ'בין גרייט מײַן לעבן אָפּגעבן מײַן לאנד,
און ס'לאנד איז גרייט פארטיידיקן מײַן לעבן.
ס'איז מײַנער -- יעדער וויי-געשריי אין רוים,
און אויב נאָר מיר טוט וויי --- טוט ויי א צווייטן, און אלע כאָווען בלויז איין גרויסן טרוים,
אז קיינעם זאָל שוין קיינמאָל גאָר ניט וויי טאָן.
און צווייפל-שרעק, װאָס קומט באנאכט צו גיין, האָב איך באזיגט אף אײיביק און אף שטענדיק. אין יעדן הויז עס ווארט אף מיר א היים,
און יעדנס בליק איז מיר פארשטענדלעך.
11
אין יעדנס בליק פון בערינג-אײַז ביז באלטיק דײַן שײַן איך זע, דײַן גרויסן רום איך ליי'ן. אָקטיאבער מײַנער, דו ביסט פילגעשטאלטיק, און איין געשטאלט פון דיר בין איך אליין.
און אויב מײַן קאָפּ פארשנײַדט זיך אינעם מאָרגן, און אוב איך שטרעב, איך פלאקער און איך טו -- דאָס בעסטע, װאָס איך האָב אין זיך פארבאָרגן, דאָס שענסטע, װאָס איך טראָג אין זיך, --- ביסטו!
33
און לעבנס-לוסט, און זויבער-ריינעם נײַגער, און האס אָן ברעג, און ליבע אָן א שיר,
און שטענדיק גיין, נאָר קיינמאָל ניט פארבײַגיין --
|| דאָס אלץ האָסטו ארײַנגעהױיכט אין מיר.
דו האָסט אין מיר ארײיַנגעהױכט א הארטקײַט,
װאָס מײַנע זיידעס האָבן ניט געהאט, האָסט די אקשאָנעס זייערע און צארטקײַט | אין מיר געלײַטערט און געבענטשט מיט טאט.
|| דערפאר איז גרויס מײַן שטאָלץ, דערפאר איז זויבער,
|| אָן גײַציקײַט מײַן לויב, אָן וואקלונגען מײַן וועג.
דו האָסט באשאפן מיך, אף אײיביק מיך פארצויבערט מיט שײַן פון רום, מיט קלאָרקײַט פונעם צוועק.
מיר זײַנען קינדער געווען פון פינף און ביז פופצן יאָר.
אין פלאקער פון סרייפעס דער הימל געלעגן איז רויט.
אפן פראָנט זײַנען טאטעס געגאנגען א פּאָר נאָך א פּאָר
און טריט האָבן איבערן ברוק געקלאפּט װי טרוקענער שרויט. שטיל האָבן טאטעס געקושט אונדז די צעפּאטלטע האָר
און פוסטע פּאטראָנעס געשענקט, און -- אוועק, און --- אף טויט.
מיר האָבן דען, קינדער, געװוּסט זייער אײיביקן שמערצלעכן האס? מיר האָבן דען, קינדער, באגרײַפט זייער ענדלאָזן ריינעם פארלאנג?
מיר האָבן געשפּילט זיך מיט פּוסטע פּאטראָנעס, באװװוּנדערט דעם מעשענעם בליאסק,
באװווּנדערט דעם מעשענעם בליאסק און דעם טויבן געקלאנג. פאר אונדז זײַנען טאטעס געפאלן בא שװעל פון צאריצין און ספּאסק,
עס זײיַנען געקומען די שטאָרכן, דער הימל איז ווארעם און גרויס. די קלאָר-װײַסע פליגל צעװאָרפן | אָראנזשעווע שנאָבלען -- פאָרויס, מיט יונגן, מיט וועסנישן כאָרכל אף אוראלטן וואלדישן ברויז -- אזוי קומען אָנעט די שטאָרכן.
עס זײַנען געקומען די שוואלבן, זוי שטיקעלעך ערדישע גרוי,
און פּיצעלעך גאָלדענעם שטרוי זיי טראָגן צו נעסטן צו האלבע.
1 ; און וועגן אונדז איז געווען זייער שטערבלעכער לעצטער געדאנק.
פרילינג
אף העלן אף װעסנישן שטראל-באן, אף אומזין פון נעסטישן בוי -- אזוי קומען אָנעט די שוואלבן.
און אָט קומען אָנעט די מענטשן
אין העל-גרינעם בלענד פונעם וואלד. און שײַטערס זיך האָבן צעברענט שוין און אויגן זיך האָבן צעשטראלט.
און פול ווערן שטרעקעס מיט בענטשונג, און היימלעכע װערן זי באלד --
אזוי קומען אָנעט די מענטשן.
1
נט
עריא
עזראָ פינינב ערג
ניקאָלײַ פּעטראָװיטש
מיר דרוקן דאַ א טײל פון עזראָ פינינבערגס ניט פארעפנטלעכטן דראמאטישן װערק ;ניקאַלײַ פעטראָװיטש*, װאַס איז נאַכן טױט פונעם דיכטער דערגאנגען צו אונדז טײלװײַז אין א פראַזאיִשן און טײלװײַז אין א פאָעטישן װאריאנט. זי פיעסע באלויכט די עפאַכע פון די 90'ער יאַרן, װען אין רוסלאנד האַט, אונטער דער אָנפירונג פון לענינען, צום ערשן מאָל אַנגעהױבן פארװירקלעכט װערן ,די צונויפגיסונג פונעם סאַציאליזם מיט דער ארבעטער-באװעגונג* (,געשיכטע פון קפספ*).
אין אַנהײב פון דער פיעסע װערט באװיזן לענינס אַנקום קיין פעטערבורג פון עמײ גראציע, װי אויך די סװיװע פון נאראַדאָװאַלצעס, קעגן װעמעס אידייַשער ליניע לענין װיקלט פאנאנדער א קאמף. פון איינעם אן עפיזאָד דערװיסן מיר זיך, אז דעם פאַרשטײער פון ,נאראַדנאיא װאַליא" יוטאַװן האָט זיך אײַנגעגעבן פיעלן בא פריװאלאַװן, אן ארבעטער פונעם שיפבוי'זאװאָד, ער זאָל װארפן דעם זאװאָד און אַנקומען אלס פארקויפער אין א ביכעריקראָם. פון דאָרט װעט ער צוזאמען מיט יוטאַװן קאָנען נאָכשפירן נאַכן װעג, אֹף װעלכן עס פאָרט געװיינלעך פון פעטערי האַף דער קייסער. די נאראָדאַװאָלצעס האַבן באשטימט ,געבן װעגן זיך צו װיסן* מיט א טעראַ- ריסטישן אקט.
די באגעגעניש
די זונטיק-שול. א יאָמטעװ-טאָג. פונעם טראקט הערט זיך יאָמטעװדיקער טומל, שפיל פון הארמאַשקע.
ראַדיאָן פארענדיקט ראמען. באם פענצטער באװײזט זיך גרוניע. ראַדיָאָן גייט צו, עפנט דאַס פענצטער.
ראָדיִאָן: ביסט שוין ווידעראמאָל דאָ? אָט אן אײַנגעשפּארטע! כ'האָב דאָך דיר געזאָגט -- ס'איז נאָך קיינער ניטאָ, װאָס האָסטו זיך צוגעטשעפּעט?
גרוניע: זײַט ניט בייז אף מיר. איך װעל ניט ארײַנגײן. כ'וועל צוּווארטן דאָ אין דרויסן, עפשער װעט מען באלד קומען.
ר אָ ד יִ אָז;: און טאָמער זיצט ער גאָר מיט גוטעברידערלעך אין טראקטיר? ס'איז דאָך יאָמ- טעוו. און די פאבריטשנע לײַט האָבן ניט פײַנט דעם טרונק.
גרוניע: ער טרינקט ניט.
ר אָדיָאָן; ער האָט פּײַנט? עפּעס גלייבט זיך ניט. ווער איז ער עס, דײַנער?
גרוניע: (שװײַגט.)
ר אָ ד יִ אָ ז: װי הייסט ער, דײַנער?
גרוניע: קאָסטיע.
ר אָ דיִאָן: װי רעכנסטו, מויד, איין קאָסטיע לערנט זיך דאָ? מע גייט אהער פון אלע זאװאָדן אף אונדזער שליסעלבורגער טראקט: פונעם אָבוכאָװער, און פון דער וועבער-פאבריק, און פונעם שיפבוי-זאװאָד.
גרוניע: ער איז פונעם שיפבוי-זאװאָד, פּריוואלאָוו הייסט ער.
ראָדיָאָן; אָט אזוי זשע רייד. פּריוואלאָוון קענען מיר. א יונג מיט א קאָפּ אף די פּלײיצעס. נאָר ס'איז דאָך הײַנט יאָמטעו אפן טראקט. דו הערסט? גיי, גיי, מיידל, ס'איז ניט זומער. איך דארף פארמאכן דאָס פענצטער. אז קאָסטיע װעט זיך פארבענקען נאָך דיר, ועט ער קומען צו דיר אהיים. (פארמאכט דאָס פענצטער, גרוניע פארעזווינדט.) :
װאָלינקיף (א זעכצניאַריקער יונג, האלט אין די הענט א הארמאָשקע.) א פריילעכן יאָמ- טעוו אײַך, ראָדיַאָן אנדרייעוויטש. גענוג צו ראמען! הײַנט לערנט מען ניט! מירן הײַנט נאָר פאר- ברענגען דאָ! אנו, גיט נאָר אָפּ די בארשט! ס'איז יאָמטעװ!
ר אָדיִאָן: ניט דײַן אייסעק! כ'וװועל דיך ניט ארײַנלאָזן.
װאָלינקיף מע האָט מיר געהייסן הײַנט קומען אהער. די לערערקע האָט געהייסן.
9
ראָדיַאָן; מיט א הארמאָשקע האָט דיר די לערערקע געהייסן קומען? אפן טראקט גיי דאָרטן װועסטו רימפּלען אף דער הארמאָשקע: װאָלינקי איך װעל ניט אװעקגיי מע זאָגט דאָך אײַך. (ראַדיאַן שטופט אים פון דער שוועל. װאָלינקין דערזעט פריוואלאַוון, ואס קומט ארײַן.) קאָסטיע, גיב אים צו פארשטיין! פּריװ אלאָ װ: לאָזט אים ארײַן! מיר גלייבט איר דאָך, ראָדיָאָן: איך נעם אף זיך. ראָדיַאָן; און דו װער ביסט, װאָס דז נעמסט אלץ אף זיך? ביסט אויך פון די פּײַנע לײַט. עפּעס א מויד פרעגט זיך דאָ נאָך אף דיר! הײַנט איז זי שוין דרײַ מאָל געווען, ניט געװאָלט אוועק- גיין. ,קאָסטיען דארף זי האָבן!* זי האָט אף דיר אין דרויסן געווארט, אן אומעטיקע, א דערשלאָי גענע. אָפּגענארט א מיידל, הא? (לאָזט זיך גיין צום קאָרידאָר, װאָס פירט אין דרויסן) פּריװ אל אָװ: װוּ איז זי, ראָדיאָן, זי איז שוין אוועקגעגאנגען? (קוקט אין פענצטער) װאָלינקין (שפילט אף דער הארמאַשקע האלבע טענער. גײט אריבער אין צוייטן צי" מער, עס גייען ארײַן פאנטשין און סאמאַכין.) פּאנטשיף (צו סאמאָכינען) האָסטון מוירע געהאט, מיר װעלן פארשפעטיקן. קײנער נאָך גיטאָ. סאמאָכין (באמערקט פרוואלאָוון באם פענצטער. דערלאנגט אים די האנט.) װי אלע- מאָל --- פּריוואלאָוו קומט דער ערשטער. פּאנטשיןף (צו פריוואלאָוון) ס'איז יאָמטעו. (טײַט אפן טראקט) מע זינגט.. און מיר, קאָסטיע, פון גאָר װײַט קומען מיר... פון א לעװײַע... מיכײַלאָן האָבן מיר אװעקגעטראָגן... פארװאָס ביסטו ניט געווען? | סאמאָכיף ניט גוט. ניט גוט. פּאנטשין אָט איז סאמאָכין ניט פון אונדזער זאװאָד, און אף מיכײַלאָס לעװײַע איז ער פונדעסטוועגן געקומען (דערזעט װאַלינקינען, װאָס קומט ארײַן פון צווייטן צימער), און דו, יונג, האָסט אוואדע געמעגט קומען. ניט קיין פרעמדער געשטאָרבן -- אן אייגענער, אן ארבעטס- מענטש, יונגערהייט געשטאָרבן. (עס קומען ארײַן קרופּסקאיא און ראַדיָאַן.) ראָדיִאָ? (טראָגט א פעקל ביכער, װאָס קרופסקאיא האָט געבראכט) שטיל זאָל זײַן, די ערערקע איז געקומעף (לייגט אװעק די ביכער, אײַלט זיך אראָפּנעמען פון קרופסקען דעם מאנטל, קרופסקאיא וויל דאָס ניט לײַדן) קרופּסקאיא: מע דארף ניט, מע דארף ניט. (הענגט אליין אוף דעם מאנטל.) און שרײַען אף זיי דארפט איר אויך ניט, ראָדיאָן, דאָס זײַנען דאָך ניט קיין קינדער... (גייט צו די פענצטער, | עפנט זיי.) אזא לויטערער אָסיען! א װוּנדערלעכער טאָג. דער טראקט הוליעט... און מײַנע (בא- טראכט מיט שטאַלץ די ארבעטער) זײַנען אלע דאָ! (ווענדט זיך צו פאנטשינען) נאָר אלעקסיי סטעפּאנאָװיטש איז עפּעס הײַנט כמורנע, פארזאָרגט! װאָלינקיף פון א לעװײַע געקומען אָט ערשט. פּאנטשיןף לערערקע! מיכײַלאָן געדענקט איר? אומגעקומען אונדזער מיכײַלאָ, טאקע בא אונדז אין שיפבוי"זאװאָד אומגעקומען. אן אוואריע האָט זיך בא אונדז געטראָפן, האָט מיבײַלאָ דאָרט ביידע פיס זייַנע געפּאטערט. ס אמ אָ כין: מיר האָבן אים אהיים אָפּגעטראָגן, דרײַ טעג איז ער נאָך א לעבעדיקער אין דער היים געלעגן. | פאנטשיף פארן אױסגיין האָט ער מיך צוגערופן און מיר א סאָד אײַנגערומט: וועסט | א לערערקע, גיב איר איבער: מיכײַלאָ האָט געלאָזט גריסן און געהייסן --- לאנג, לאנג : זי...
| סאמאָכין מיך האָט מיכײַלאָ געבעטן, איך זאָל אײַך אָט דאָס פּעקעלע איבערגעבן. ו (קרופסקאיא נעמט דאָס פעקעלע, עפנט עס) ח 0 יט זעט נאָר, אלע העפטלעך זײַנע! (לייענט די אופשריפטן) ,אריפמעטיקע", ׂ יגראמאטיקע". (עס פאלט עפעס ארויס פונעם פעקעלע, װאַלינקין הייבט אוף די זאך, װאָס איז ארויסגעפאלן.) זעט: א געאָגראפישע קארטע!
װ ס א מאָכ ין: זײַן אייגענע ארבעט, אליין געמאָלט.
| , װאָלינקי דער גאנצער ערדקײַלעך.
| פּאנטשיןף א שיינע ארבעט!
| | קרופּסקאיא: מירן די קארטע אופהענגען טאקע אָט דאָ אין שול, אָט אף דער וואנט. | (וואַלינקין הענגט אוף די קארטע. אלע קוקן אף איר) און איצט װעלן מיר איבערגיין אהיןי ו (טײַט אפן צווייטן צימער.) מע דארף אָנהייבן די רעפּעטיציע. (לייגט אוועק אפן טישש די איבערגע- 7 שריבענע דאָלן.) נעמט אײַערע ראָלן. (באמערקט, אז פאנטשין שטייט נאָך אלץ בא דער קארטע,
' דערלאנגט אים זײַן ראָל.) נעמט, אלעקסיי סטעפּאנאָװיטש! אײַער ראָל.
| | 36 | | 7
פאנטשין צעבראָכן האָט ער מיר דאָס הארץ, מיכײַלאָ! הײַנט װעט עמעצער קומען?
סאמאָכין מע האָט דיר געזאָגט -- הײַנט װעט דאָ זײַן א נײַער מענטש, ניקאָלײַ פּעטראָװויטש הייסט ער. ער שרײַבט ביכער, ער װעט ריידן מיט אונדז. (פאנטשין, סאמאַכין און וואַלינקין גייען אוועק אין צווייטן צימער, קרופסקאיא צעפּאקעוועט די ביכער, װאָס זי האַט געבראכט פון שטאַט.)
קרופּסקאיא: א איר, פּריוואלאָוו, װאָס גייט איר ניט אהין?
פּ ר יװ א ל אָ װ: איך דארף אײַך עפּעס זאָגן.
קרופּסקאיא: (לײגט אוועק די ביכער.) ניט אף לאנג? מע ווארט אף אונדז. דאָרטן.
פּריװא לאָ װ: איך װעל אף דער רעפעטיציע ניט גיין. איך בין געקומען אהער דאָס לעצטע מאָל, זיך געזעגענען, מע הייסט מיר ווארפן די שקאָלע.
קרופּסקאיא: (מיט אומצוטרוי.) װוער הייסט?
פריװ אל אָװ: (אין פארלעגנהײַט.) דער דאָקטער הייסט. ער זאָגט, אז איך בין קראנק. פונעם זאװאָד הייסט ער מיר אוועקגיין, אויס ארבעטער הייסט ער מיר ווערן.
קרופסקאיא: װאָס זשע קלײַבט איר זיך טאָן?
פּר יוו אל אָװ: א פארקויפער אין א קלייט ווער איך. אין א ביכער-קלייט. איר זעט, איך בין שוין אפילע גאָר אנדערש אָנגעטאָן. א דאנק אײַך, לערערקע, װאָס איר האָט מיך צום בוך צוגעוװווינט. ס'וועט מיר איצט צוניצקומען.
קרופּסקאיא: איז מער װעט איר שון ניט קומען צו אונדז? װאָס האָט איר עס פאר- טראכט, פריוואלאָוו? א שאָד... ווייסט איר װאָס? פארבלײַבט הײַנט דאָ מיט אונדז! נאָר הײַנט.. פארבלײַבט! פארבלײַבט! (עפנט פאר איס די טיר אין צווייטן צימער. פריוואלאָוו גייט אוועק אהין)
ראָדיָאָ: (קומט ארײַן) עפעס אן ארבעטער איז געקומען, ער זאָגט, אז צו אײַך. (קרופ- סקאיא גייט ארויס אין קאָרידאָר, קומט ארײַן מיט וולאדימיר איליטש) אוליאנאָוון)
קרופס קאיא. מיר ווארטן אף אײַך. אלץ איז גרייט... (דערזאָגט ניט.)
אוליאנאָװ: (דערזאָגט פאר איר) ניקאָלײַ פּעטראָװיטעש..
קרופס קאיא: (שמייכלט) יאָ, ניקאָלײַ פּעטראָװיטש. מיר הייבן באלד אָן די רעפּעטיציע. (בײַט דעם טאָן) װײַט? ניט גרינג קומען אהער פון שטאָט. :
אוליאנאָװ: װײַטלעך. נאָר איך האָב געהאט דאָס פארגעניגן דורכגיין אלע אכט װיאָרסט צופוס. דער טראמװײַ אהער איז פול מיט וואכנדיקע אויגן און אויערן. די הערשער גיבן אכטונג.
קרופס קאיא: (באטראכט זײַן אַנטאַן) װעמען װעט עס אײַנפאלן צו טראכטן וועגן אײַך שלעכטס? װי אן עכטער פאבריטשנער פון אונדזער טראקט זעט איר אויס, וולאדימיר איליטש!
אוליאנאָװ: (פאריכט.) ניקאָלײַ פּעטראָװיטש. מע דארף זײַן מער געהיט! אָט דרייט זיך ארום לעבן אײַער שול עפּעס א מענטש. (פירט זי צו צום פענצטער.) װוער איז עס?
קרופּסקאיא: אן אומבאקאנטע פרוי, איך װעל באלד זיך דערוויסן. (פירט צו אוליאנאָוון צו דער טיר פונעם צוייטן צימער.) דאָ ווארט מען אף אײַך. (אוליאנאָוו גייט ארײַן אין צוייטן צימער צו די ארבעטער, קרופסקאיא גייט ארויס אין דרויסן)
װאָלינקין (לױיפט ארײַן פון צווייטן צימער.) לערערקע, ניקאָלײַ פּעטראָװיטש איז גע- קומען. (פארכידעששט.) ניטאָ נאדיעזשדא קאָנסטאנטינאָוונא. (גייט אוועק צוריק.)
קרופּסקאיא: (פירט גרוניען בא דער האנט.) קומט ארײַן, קומט ארײַן.. (זיי גייען פאר- בײַ דעס סקעלעט, גרוניע גיט א ציטער.) איר שרעקט זיך, קײינמאָל אין קיין שול ניט געװען? זעצט זיך צו, פּריוואלאָוון דארפט איר? (טײַט אפן צווייטן צימער.) ער איז דאָ.
גרוניע: דאָ? ער איז שוין צען טעג בא זיך אין דער היים ניט געווען. איך בין נעכטן ארײַנגעקומען צו זיי אין שטוב, ליגט זײַן קראנקע מאמע איינע אליין, זי וויינט, יאָמערט, די אלטע אנטאָנאָװנע. ,גיי, -- האָט זי מיר געזאָגט, --- צו דער לערערקע, זי האָט בא אונדז צוגע- נומען אונדזער קאָסטיען, זאָל זי אונדז אים אָפּגעבן צוריק!"
קרופּסקאיא: אזא פינצטערניש!
װאָלינקין (קומט װױדער ארײַן) לערערקע, װאָס פארהאלט איר זיך דאָ? (מיט היספּײַ- לעס.) אָט א רעדנער דער ניקאָלײַ פּעטראָװיטש...
קרופּסקאיא: איך דארף זײַן דאָ. זעסט דאָך, ס'איז צו מיר א מענטש געקומען. (וואַלינקין גייט אוועק.)
גרוניע: איבער מיר פארהאלט איר זיך דאָ? מע דארף ניט! איך קאָן צוווארטן אין דרויסן. מיר, די פינצטערע, זײַנען געוווינט...
קרופּסקאיא: ניט אײַך האָב איך געמיינט. איר זײַט דאָך נאָך אזא יונגע.
גרוניע: בא אונדז איז: /סײַ יונג, סײַ אלט -- אין געשטאלט"...
קרופּסקאיא: וי רופט מען אײַך?
גרוניע: גרוניע הייס איך, גרוניע די קאלאָשניצע.
37
ק רופּסקאיא: איר ארבעט שוין לאנג? אף דער קאלאָשן-פאבריק ארבעט איר? גרוניע: װאָס אירצט איר מיך? מיך האָט מען קיינמאָל ניט געיִרצט. (פלוצעם פארכמר" ײ יִך האָבן. ער װעט זיך פארזאמען דאָ?
א א יל גרוניע ניט ריידן? (לייגט ארוף די האנט אף גרוניעס אקסל.) עס לעבט זיך שווער?
גרוניע: (ענטפערט ניט)
קרופסקאיא: איר שװײַגט?
גרוניע: בא אונדז זאָגט מען: ,ס'איז ביטער פון ביידן -- פון שװײַגן און פון ריידן"? אנטאָנאָוונא שרײַט: ,די לערערקע איז שולדיק, זי האָט בא אונדז קאָסטיען צונענומען". און איך טראכט מיר: צי די שקאָלע איז שולדיק, צי ער אליין, סײַװיסײַ פארלאָרן האָב איך מײַן קאָסטיען, געשפּאצירט האָבן מיר אזא צײַט, אלע זונטיק פארנאכט אומגעגאנגען איניינעם, און איצט װיל ער אוועק פון מיר, באהאלט זיך אויס... איך פיל: עפּעס האָט ער פארטײַעט אין זיך... אנטאָנאָוונא* איז גערעכט: מע וויל אים אומברענגען.
קרופּסקאיא: (עס הערט זיך װי עמעצער טומלט אין קאָרידאָר.) װער איז עס דאָרט! (עס גייט ארײַן דער שיקערער דיאָמין)
דיאָמיף זינגט.)
11024. 6016110111קא / װוא00822ג קן ?צקא שםסקםוו סזסטדס)
ס'איז איך, ס'איז דיאָמין, האָט קיין פאריבל ניט, לערערקע, יאָמטעוו איז הײַנט. איך גי מיר מיט גוטעברידער איבערן טראקט, דערזע איך: די שקאָלע, די טיר איז ניט פארשלאָסן. ניין, -- זאָג איך, --- װײַטער גיי איך ניט. איך מוז, ברידערלעך, ארײַנגײן, ס'איז מײַן שקאָלע. (דערלאנגט די האנט.)
קרופּסקאיא: גייט אהיים, דיאָמין, הײַנט לערנט מען ניט, איר זײַט הײַנט ניט געזונט, גייט אהיים, דיאָמין.
דיאָמין ניין דיאָמין װעט פונדאנען ניט אוועקגיין! (לאַזט זיך גיין צום טאָוול, זוכט עפעס) װוּ איז דער קרײַד? (געפינט, שרײַבט.)
גרוניע: (גיט זיך א װאַרף צו קרופסקען) א רוף טאָן עמעצן?
קרופּסקאיא: מע דארף ניט. װאָס טוט איר עס, דיאָמין?
דיאָמיף (מיט א נאיוו שײַנענדיק פאַנעם) ס'האָט זיך דיאָמינען פארװאָלט א ביסל מיט קרײַד א שרײַב טאָן. (לייענט אפן טאָוול)
1084 /11611811סקא / 11אנ2א00ג כן ?דצקא ועתסקג11 סזסטד0)
(ווישט אָפּ דעם קרײַד פון די פינגער.) איצט קאָן דיאָמין גיין אהיים! א דאנק אײַך, לערערקע. (גייט אוועק, קרופסקאיא באגלייט אים, פון גאס דערהערט מען דיאָמינס געזאנג, קרופסקאיא קערט זיך אום.)
גרוניע: אוועקגעגאנגען? איר האָט אים אזוי גיך אײַנגעשטילט! איך זע: מע דערקוטשעט אײַך א סאך... אָט בין איך אויך געקומען דערקוטשען... איך װעל גיין...
קרופּסקאיא: ניין, גרוניע, איר האָט דאָך אזוי לאנג געווארט אף פּריוואלאָוון, אָט װעט ער באלד ארויסגיין צו אײַך. (גייט אוועק אין צווייטן צימער. גרוניע שפאנט ארום איבערן צימער, לעבן סקעלעט דערעזרעקט זי זיך ווידער, ציילעמט זיך איבער, עס קומט ארײַן פריוואלאָוו)
גרוניע: (טוט זיך א װאָרף צו אים.) קום אוועק פונדאנען!
פּריװאלאָװ; איך קאָן ניט אוועקגיין. די לערערקע האָט געהייסן בלײַבן!
גרוניע: (באטראכט אים. בייז.) צוליב וועמען האָסטו זיך הײַנט אױסגעפּוצט?
פּריװאל אָװ: ווידעראמאָל בייז? װילסט ניט פארשטיין, גרוניע...
גרוניע: ניטאָ דאָ װאָס צו פארשטיין. דארפסט מיך ניט האָבן. װאָס גייט דיר אָן גרוניע? און װאָס גייט דיר אָן, אז דײַן אייגענע מאמע איז קראנק? זי וויינט מיט ביטערע טרערן. צען טעג, אז דו ביסט אין שטוב ניט געווען.
פּריװאלאָװײ; װאָס האָב איך דאָרט ניט געזען אין דער היים? איך װעל קומען, װעט די מאמע ווידער נעמען דעם האנטעך און פאָכען איבער מײַן פּאָנעם: ;קאָסטיע גלייבט ניט אין גאָט,
קאָסטיע שפּײַט אף די איקאָנעס. קאָסטיע האָט זיך מיטן טײַװל פארבונדן. פו-פו-פו, אוועק, פליגן, לאָזט צורו מײַן קאָסטיע... פודפו-פויי.
38
גרוניע: ביסט אויס מענטש געװאָרן. נאָר אָט דאָס הערט מען פון דיר. געלעכטער אוךן שפּאָט -- פון לײַט און פון גאָט.
פּריװ א לאָװ: אָט צוליב דעם ביסטו געקומען אהער? דער גאלעך לערנט מײַן מאמען, און מײַן מאמע לערנט דיך!
גרוניע: דײַן מאמע איז גערעכט! װועסט דאָ אומקומען. איך וויל מער ניט שװײַגן.
פ ר יװ אל אָ װ: (פארביטערט.) איז עפשער װאָלסטו ארויס מיט א געשריי איבערן גאנצן טראקט: ,, ראטעװועט, קאָסטיע קומט אום!* (גרוניע לויפט ארויס אין גאס.) גרוניע: (לאָזט זיך גיין נאָך איר, טוט זיך אָבער האסטיק א קער צוריק, גייט צום צוייטן צימער, עס באװײַזט זיך אוליאנאַו.)
אוליאנאָװ: (צו קרופסקען) אויסגעצייכנטע יונגעף פאר דער צײַט, װאָס איך בין געווען אין אויסלאנד, איז דער שליסעלבורגער טראקט געװאָרן גאָר אן אנדערער. פרישע מענטשן צוגעקומען, אזא נײַגער בא זייי אזא פארנעם! (לייענט פונעס נאָטיצביכל.) ,וי לעבן די פאבריטשנע אין לאָנדאָן??, ,וי זעט אויס אונדזערער א ברודער א מעטאליסט אין בערלין?", ,און שטרײַקן דערלאָזט מען דאָרטן?", ,און די פאריזשער ארבעטער האָט איר געזען?", ,כאָטש איינעם, א פאריזשער ארבעטער, פון די קאָמונארן, װוען מיר קאָנען זעף" (פארמאכט דאָס נאַטיצביכל.) זעלטענע יונגען. ער איז דער מיכײַלאָ, װאָס זיי ריידן וועגן אים?
קרופס קאיא: פונעם שיפבוי-זאװאָד. האָט גאָר שטארק געװאָלט לעבן. מער פאר אלץ האָט אים געצויגן צו געאָגראפיע, אָט איז זײַן ארבעט. (טײַט אף דער קארטע.)
אוליאנאָװ: װי זײ האָבן אלע אים ליב, הארציק דערציילן זי וועגן אים, נאָר איינער, אָט דער, װאָס איז ערשט דורכגעגאנגען, האָט די גאנצע צײַט געשויגן.
קרופסקאיא: סאיז קאָסטיע פּריוואלאָ. דער בעסטער שילער. הײַנט האָט ער מיר פּלוצעם געמאָלדן: ער גייט אוועק פון שול. ער ווערט אויס ארבעטער. איך האָב באמערקט: עפּעס באהאלט ער אויס. דוכט זיך, די נאראָדאָװאָלצעס האָבן אים עפּעס אײַנגערעדט. ער האָט זיך א צײַט געכאווערט מיט זיי.
אוליאנאָװ: פאראן בא אײַך אין שול אזעלכע אויך?
קרופס קאיא: איר װעט עפשער א שמועס טאָן מיט אים? איך װעל אים רופן אהער. (גייט אוועק אין צווייטן צימער. אוליאנאַוו גייט װידער צו צו דער קארטע, פארצייכנט עפעס בא זיך אין נאָטיצביכל. עס גייט ארײַן פריוואלאָוו.)
אוליאנאָװ: (לעבן דער קארטע. צו זיך, צו פריוואלאָוון.) וויפל פארבאָרגענע ענערגיע! וויפל פּייִקײַטן גייען אומזיסט פארלאָרף איר האָט אים געקענט, מיכײַלאָן? אין איין זאװאָד געארבעט?
פר יװ אל אָ װו: אין איין צעך זײַנען מיר געווען, בא שטאָלגיסערײַ.
אוליאנ אָ װ: װיָאזוי ער איז אומגעקומען קאָנט איר מיר זאָגן?
פריװ אל אָװ: צוליב װאָס דארפט איר עס? (קוקט מיט אומצוטרי אפן נאָטיצביכל.} אָנשרײַבן וועגן מיכײַלאָן? דעם טויטן װעט איר שוין ניט העלפן!
אוליאנאָװ: אָבער די לעבעדיקע קאָן עס דאָך העלפן, וי מיינט איר?
פּ ר יוו אל אָ װו: איך מיין... דעם טײַוול באשרײַבן, װעט ער אלציינס א טײַװל בלײַבן.. וויאזוי מיכײַלאָ איז אומגעקומען האָב איך אליין געזען. (דערציילט כמורנע, אופגערעגט, ניט קוקנדיק אף אוליאנאַוון.) אז ער איז אומגעפאלן אף דער צעגליטער מאסע שטאָל, האָט זיך אף אים באלד דאָס גאנצע אָנטאָן אָנגעצונדן. דאָס אָנטאָן איז דאָך בא אים געווען מיט נאפט באגאָסן, האָט עס זיך באלד צעפלאקערט. די הענט, די פיס האָבן בא אים געברענט, װי א פײַערדיקער וויכער האָט ער זיך אומגעטראָגן איבערן צעך. איך האָב זיך א לאָז געטאָן צו אים, נאָר ער אנטלויפט, אנטלויפט, אומעגלעך צו כאפּן. ערשט אינמיטן הויף איז ער אומגעפאלן: ,ראטעוועט, ברידערלעך!" נאָכדעם האָט ער דרײַ טעג קוים געעטעמט און איז נעכטן געשטאָרבן. (פאזע) צענדליקער קומען אזוי אום און גאָרניט. דער זאװאָד גייט, אלע שװײַגן, שטיל, שא...
אוליאנאָװ: אײַך געפעלט ניט, װאָס סאיז שטיל, שא? װאָס די ארבעטער שװײַגן?. דערפאר וילט איר אװועק פונעם זאװאָד? װערן אויס ארבעטער? כ'האָב געהערט, געהערט.. (גייט צו נעענטער. פארקוקט אים אין די אויגן) אײַך דוכט זיך, אז מע שװײַגט. ניין, ניט אלע שװײַגן. אָבער װאָס דארף מען טאָן? מע דארף טאָן אזוי, אז אלע זאָלן ניט שװײַגן. מע דארף געפינען די, װאָס זײַנען שולדיק אין מיכײַלאָס טויט. װער קאָן עס טאָן? נאָר איר, נאָר דער, װאָס איז אליין געווען דערביי.
פּריװ אל אָװ: איך?
אוליאנאָװ: דאָס איז אײַער פליכט! וועגן מיכײַלאָן און וועגן די הונדערטער מיכײַלאָס דארף מען א רעד טאָן אזוי, אז אלע זאָלן זיך א ריר טאָן. זאָלן אלע פארשטיין. ס'איז א מילכאָמע!
39
,ם,ם,, ,, , תע אא,יששפיַאיאצשאשעש3ע;,עעתײ = ,עייר
חן ח שש"
זאָלן די ארבעטער וויסן: זייער מילכאָמע קעגן די פאבריקאנטן מוז פריִער אָדער שפעטער וװערן א מילכאָמע קעגן דער רעגירונג!: דערצו דארף מען זיך גרייטן! דאָס איז הײַנט דאָס װיכטיקסטע! פּריװאלאָװ: דאָס װיכטיקסטע? שושקען זיך אין די ווינקלען? לייענען? שטודירן? ;װאָס איז אזוינס א מענטש" װײַזט אפן סקעלעט.) ,װאָס איז דער אונטערשייד צוישן א ריאזאנער פּויער און א פּעטערבורגער ארבעטער?" ;װאָס איז אזוינס א שטרײַק און פארװאָס דארפן ארבעטער שטרײַקן!* ס'איז דאָך א געשיכטע אף הונדערטער יאָרף אוליאנאָװ: און אײַך האָט מען אנדערש געלערנט? פריװאלאָװ: מע דארף זיך נויקעם זײַף מע דארף באלד באצאָלן פאר אלץ! זאָל זיך דערהערן א שאָס! זאָל עס א קנאל טאָף זאָל עס דערלאנגען גאָר-גאָר הויך! אוליאנאָװ: אָט װוּ דער הונט איז באגראָבף עמעצער פון די ,פּרײַנט* האָט אײַך אזוי געלערנט. זי זינגען נאָך אלץ דאָס אלטע לידעלע: א שאָס, א קנאל, א פארשווערונג... זיי זײַנען אלץ נאָך בלינד. מיר גלייבן ניט אין קיין פארשווערונגען. זייער צײַט איז פארבײַ. דאָס לעבן איז פול מיט גרויל און נידערטרעכטיקײַט. די מאסן זײַנען פול מיט פאר- באָרגענעם צאָרן. װאָס דארף מען טאָן? מע דארף פארייניקן אלע שטרעמעלעך פונעם פאָלקס-צאָרן אין איין גרויסן שטראָם. מיכײַלאָ איז אומגעקומען. די פּעטערבורגער זאװאָדן ווייסן וועגן דעם? ניין?.. זײַט אזוי גוט (נעמט בא פריוואלאָוון דאָס העפטל, וווּ ס'איז פארשריבן די ראָל, לייענט איבער דעס נאַמען פון דער ראָל ,סטאראָדום", דערלאנגט דאָס העפטל פריוואלאָוון, רוקט אים צו א שטול) זעצט זיך אוועק, שרײַבט. פּריװ אל אָ װ: ניין, ניקאָלײַ פּעטראָװיטש, איך װעל ניט שרײַבף איך קען ניט שרײַבןף (עס באווײַיזט זיך קרופסקאיא.) אוליאנאָװ: מע זאָגט דאָך, אז איר זײַט דער בעסטער שילער. איך װעל זיך קלאָגן פאר אײַער לערערן. אײַ, אײַ, אײַ, דער בעסטער שילער. קרופסקאיא: ער איז שוין דאָ ניט קיין שילער, ער גייט אװעק פון דער שול. אוליאנאָװ: און עס טוט אײַך ניט באנק, פריוואלאָוו? פּריװאלאָװ: (פארצווייפלט.) װער דארף זי איצט, די שול, אז אין א צװיי-דרײַ װאָכן ארום ועט מעגלעך אויסקומען פארזוכן דעם קאזיאָנעם שטריק. (מיט א זשעסט ארום האלדז.) איך װעל גיין! בלײַבט געזונט, לערערקע! אוליאנאָװ: ניין, ווארט צו, פּריוואלאָוו, מיר האָבן נאָך ניט פארענדיקטי (נעמט פריווא- לאָוון אונטער דער האנט, ביידע גייען ארויס.) װאָלינקי (לויפט ארויס פון צווייטן צימער) אָט דאָס הייסט א רעפּעטיציע... (צו קרופ- סקען אפן אױער, מײַסע קאַנספיראציע.) מיר האָבן אים, ניקאָלײַ פּעטראָװיטשן, אויסגעפרעגט זועגן אלץ אין דער וועלט. און ער איז אויך א פּארשוין! וועגן אלץ דארף ער וויסן: וויפל שטראפן נעמען בא אונדז די פאבריקאנטן, וויפל פארדינט אן ארבעטער, װוּ נעכטיקט אן ארבעטער... און וועגן שפּיקעס האָט ער זיך אויך נאָכגעפרעגט. (נאָך שטילער.) װי רעכנט איר, לערערקע, פאראן בא אונדז אין שיפבוי-זאװאָד א שפּיק? איך האָב אים געזאָגט, אז ניין. נאדיעזשדא קאָנסטאנטי נאָוונא, ער איז עפּעס געווען צופרידן מיט אונדז? קרופסקאיא: (גיט אים א גלעט איבערן קאָפ.) זייער צופרידן. ראָדיאָן: (קומט ארײַן צעטומלט.) לערערקע! ריכט זיך אף א גאסט: דער אינספּעקטאָר גייט. קרופּסקאיא: דער אינספּעקטאָר? איינער אליין? ר אָ דיִאָן: איינער אליין, נאָר זעט אויס זייער דערצאָרנט. ער יאָגט איבערן טראקט, דער שינעל צעפאָכעט, די ברילן אָן א זײַט. אָט באלד איז ער דאָ. קרופס קאיא: רוקט אָפּ די פּארטעס, ראָדיַאָן. מירן אריבערטראָגן די רעפּעטיציע אהער. װאָלינקין, הערסט? דער אינספּעקטאָר גייט! לאָמיר רעפּעטירן. װאָלינקיף אהער! אלע אהער! פּראָסטאקאָװױג (עס גייט ארױס פאנטעין) אָט דאָ איז דײַן אָרט. סקאָטינין:: (עס גייט ארויס סאמאַכין.) אָט דאָדאָ שטעל זיך! קרופּסקאיא: (מיט א שמייכל.) און דו, מיטראָפאנושקע:, װוּ װעסטו שטין?
עזראָ פינינבערג (1899--1946)
1 -- פראַסטאקאָו, סקאָטינין, מיטראַפאנושקע -- פערסאָנאזשן פון פאָנװיזיגס פיעסע ,ניעדאַראָסל".
40
װאָלינקיף אָט דאָ, לעבן מײַן מוטער, לעבן פּראָסטאקאָווען. (געלעכטער.)
דער אינספּעקטאָר: (קומט ארײַן מיט ראַדיָאַנען, שרײַט אף אים) װאָס דערציילסטו מיר? וועמען ווילסטו אײַנרײדן? ס'איז יאָמטעװו און קיינער טאָר אין דער שול ניט זייַן! װוער האָט דערלויבט? די לערערקע אהער! װוּ איז די לערערקע?
קרופּסקאיא: אָט בין איך!
דער אינספּעקטאָר: איר זײַט יונג, צו יונג, געערטע לערערקע! איר זײַט ניט געניט! און די געזעצן ווייסט איר אויך ניט! אײַך איז באקאנט דער ספּעציִעלער באפעל פונעם סינאָד? ;די זונטיק-שולן פאר ארבעטער זײַנען פארפליכטעט צו פעסטיקן אינעם פּראָסטן פאָלק דעם פּראװאָסלאװנעם גלויבן, די ליבשאפט צו אונדזער...*
װאָלינקין (מיט א פאראַָדירטן קלוױיסטער-ניגן) צאר באטיושקא!
דער אינספּעקטאָר: שטיל דו, שנעקי (צו קרופּסקען) ויאזוי דערציט איר אײַערע שילער?
קרופס קאיא: אנטשולדיקט, הער אינספּעקטאָר! איר בייזערט זיך אומזיסט! אונדזער שול דערציט די ארבעטער אין דעם גײַסט, װי דער הײליקער סינאָד פאָדערט. אָבער קונסט, הער אינספּעקטאָר... איך האָב געהערט, הער אינספּעקטאָר, אז איר האלט פון קונסט... ס'איז הײַנט דאָ בא אונדז א רעפעטיציע. איר װועט עפשער בלײַבן? עס װעט אײַך פארשאפן פארגעניגן. מיר שפּילן דאָ ,ניעדאָראָסל?. הייב אָן, װאָלינקין! (ראַדיאָן באזעצט דעם אינספּעקטאַר. װאַלינקין שטעלט זיך אוועק לעבן קרופסקען, הייבט אָן שפילן זײַן ראָל. קרעכצט.)
מיטראָפאן (ואַלינקין) אוי, אוי, אוי..
פּראָסטאקאָװא. (קרופסקאיא.) װאָס איז מיט דיר געשען, מיטראָפאנושקע?
מיטראָפאן אָט אזוי, מוטערל... נעכטן נאָך דער וועטשערע האָט עס מיך א כאפּ געטאָן...
ס קאָטינין (סאמאַכין) װײַזט אויס, האָסט בא דער וועטשערע צופיל ארײַנגעכאפּט.
מיטראָ פאן ניין, איך האָב, פעטערל, קימאט גאָרנישט געגעסן.
פּראָסטאקאָװ: (פאנטששין) עפעס געדענקט זיך מיר, מײַן פרײַנט, אז דו האָסט יאָ עפּעס פארזוכט.
מיטראָ פאן: וייס איך װאָס, איך גיי װוי א צעדולטער ארום, א גאנצע נאכט האָט זיך מיר אלעפבייס געכאָלעמט.
פראָסטאקאָ װ: װאָס פאר א בייז, מיטראָפאנושקע.
מיטר אָפאן דו, מוטערל, האָסט זיך מיר געכאָלעמט, און אויך דו, פאָטערל...
פראָסט אק אָ װ: װאָס הייסט?
מיטראָפאן כבין נאָר אנשלאָפן געװאָרן, דערזע איך, וי דו, מוטערל, טוסט פּאטשן דעם פאָטערל... האָב איך אזוי ראכמאָנעס געקראָגן.
פראָסטאקאָװא: (מיט פארדראָס) אף װעמען?
מיטראָפאן אף דיר, מוטערל, ביסט אזוי מיד געװאָרן פאטשנדיק דעם פאָטערל.
פּראָסטאקאָװ: אָט א זונדעלע, די איינציקע טרייסט מײַנע.
עס פאלט דער פאָרהאנג)
בא די פריוואלאָווס
אן אָרעם צימערל בא די פּריוואלאָווס. איין װינקל אָפּגעצאמט מיט א לײַלעך (דאָרטן װױינט דער קווארטי- ראנט דיאַמין), אין צװײיטן װוינקל (אנטאָנאָוונעס) -- א טיש, אן אלט הילצערן בעט, איקאָנעס. אפן טיש -- דאָס עסן, װאָס אנטאָנאָװנא האָט צוגעגרייט פאר קאָסטיען. איין װינקל טיילט זיך אויס: אף דער ואנט דאָרטן -- א פּאָליצע מיט ביכער. ס'הענגט נעקראסאָװס פּאָרטרעט. סיאיז קאָסטיעס ווינקל. דאָס פערטע װינקל -- די קיך. זונטיק. באטאָג. קאָסטיע װאשט זיך אין קיך'װינקל. אנטאָנאָונא באװײַזט זיך מיט א ליכט פונעם פינצטערן קעמערל, טראָגט א פּאָר שטיוול, הייבט אוף די ליכט, באטראכט די שטיוול. געפינט דאָס בערשטל, הייבט אָן פוצן די שטיװל. א נ ט אָנ אָ וו נ א: קיינער װועט ניט זאָגן, אז ס'איז געטראָגענע שטיוול! גאָר ווי נײַע! פּריװ אל אָװ: (גייט ארױיס פונעם ווינקל, ווישט זיך מיט א האנטעך.) וויפל בין איך אָפּ- געשלאָפן! (באמערקט די שטיוול.) װאָס איז דאָס פאר א נײַס? אנטאָנאָװנא: א מאטאָנעלע דעם געטרײַען זון מײַנעם!: דערפאר, װאָס ער איז שוין דרײַ װאָכן אין דער היים ניט געווען. ניט פארדינט האָסטו עס, קאָסטיע, נאָר... מעסט אָף מעסט אָי (זעצט אים אוועק, צווינגט איס אָנמעסטן די נײַע שטיוול.) שטיוול אן אנטיק: (לויפט צו צום שאפ- קעלע, נעמט ארויס א פרישש אויסגעוואשן העמד.) און א פרישינק העמדעלע האָב איך דיר אויך צוגעגרייט. און בײַס אפגיך איבער, װעלן מיר, זון מײַנער, גיין.
21
פריװאל אָ װ: װוּהין גיין? אנטאָנאָװנא: נו, נו, אז א מאמע בעט, דארף מען ניט איבערפרעגן. פּריװואל אָװ: װוּהין װילסטו מיך פארשלעפּן? אנטאָנאָװנא: שוין דערשראָקן זיך... און אז דו וועסט מיר איין מאָל צוליב טאָן? צוגיין מיט מיר אין קלויסטער ארײַן. פּריװאלאָװ: אזוי גאָר? (הערט אוף אַנטאָן זיך.) אנטאָנאָװנא: ברויגעז געװאָרן... מע טאָר שוין קיינמאָל גאָרניט בעטן... גי ארויס אפן טראקט, װעסטו הערן: אלע זאָג, אז דו דארפסט גאָט דאנקען.. דײַן כאווערל מיכײַלאָ איז פארברענט געװאָרן... און דיך... דיך האָט גאָט געראטעוועט. קום, קום צו אף א רעגעלע... פריװאלאָװ: (טוט אױס די שטיוול.) מע װעט זיך באגיין אָן דעם קלויסטער און אָן די נײַע שטיוול. אנטאָנאָװנא: װעסט כאראָטע האָבן, מײַן זון. װעסט נאָך קומען זיך בעטן בא גאָט. (גייט אוועק.) פּריװואלאָװ: (שרײַט איר פריילעך נאָך.) גיב אים איבער, אז ער װעט לאנג-לאנג דארפן ווארטן אף מיר! (קאַסטיע בלײַבט איינער אליין. שפאנט איבערן צימער. גייט צו צו אנטאַנאָוונעם ווינקל, באטראכט די איקאָנעס) א היפּשע כאליאסטרע! (זעצט זיך צום טיש, עסט, קוקט אף די איקאַנעס.) װאָס זשע מאכט איר עפעס, הייליקע לײַט? שוין לאנג ניט געזען זיך מיט אײַך! איר שװײַגט? איר ווילט מיט אזא זינדיקן ניט ריידן? נו, שװײַגט געזונטערהייט, שװײַגט... (עס באװװײַזט זיך גרוניע מיט א פעקל, װאָס איז אײַנגעװיקלט אין א קאָלדרע, איבערגעבונדן מיט א האנטעך) גרוניע: (בלײַבט שטיין בא דער שוועל. באטראכט דאָס צימער, לייגט אוועק אין א זײַט דאָס פעקל. גייט ארײַן אין צימער.) מיט וועמען רעדט ער עס? קאָסטיע: פּריװאלאָװ: (דערפרייט.) א גאסט, א טײַערער גאסט! טו זיך אויס, גרוניע, זעץ זיך צום טיש. (דאָס פעקל אין ווינקל איז זיך צעפאלן. גרוניע גיט זיך א לאַז צו דעם, הייבט אַן פארפא- קעווען.) װאָס טוט זיך עס מיט דיר?.. (נעמט זי בא די הענט, לאַזט ניט פאקעווען.) ווילסט אוועק צוריק אין דאָרף ארײיַן? גרוניע: (שאָקלט מיטן קאָפּ אף ניין) כּריװאלאָװ: װאָס זשע? מיט די כאווערטעס די קאלאָשניצעס זיך צעקריגט? גרוניע: (שאַקלט מיטן קאָפּ אף ניין) פּריװ אל אָװ: װאָס זשע? מע האָט דיך פארטריבן פון דער קאזארמע? הא? גרוניע: (צעויינט זיך.) : | פּריװאלאָװ: (נעמט אראָפּ פון איר דעם מאנטל) דאָס מיידעלע האָט זיך צעויינט.. ׂ הער אוף, נארעלע! (נעמט דעם קאנט פון גרוניעס קאָפּטיכל, ווישט אויס אירע טרערן) און מער | זאָלן קיין טרערן ניט זײַן (זעצט זי אוועק אף א שטול.) מע האָט עפּעס אויסגעטראכט אף דיר? | באליידיקט? דיר שלעכטס געטאָן? ו גרוניע: אױ, קאָסטיע, וויפל שלעכטס מע טוט אונדז! כײַעס זײַנען זיי! ווילדע כײַעס: ן פּריװ אל אָ װ: אהא, זי האָבן דיך באוויזן זייערע ציין?.. מע האָט דיר געהייסן אוועקגיין / פון קאזארמע? פון זאװאָד טרײַבט מען דיך אויך? | גרוניע: מע קאָן דען בא זײי ויסן? אָט אָ דאָס ביכעלע האָט מען בא מיר אונטערן / צוקאָפּנס געפונען. (װײַזט קאָסטיען א קליין ביכעלע.) די לערערקע האָט עס מיר געגעבן... וועגן | דעם מענטשן און וועגן די מאלפּעס דערציילט זיך דאָ... אז דער קאָמענדאנט האָט עס דערזען, האָט ער גענומען טופּען מיט די פיס, טרײַבן מיך: ;מארש פון דער קאזארמע!" פּריװאלאָװ: (גיט א בלעטער דאָס ביכעלע) אָט מיט װאָס מײַן גרוניע האָט עס פארזינדיקט... װועסט זיך באגיין אָן זייער קאזארמע. דאָ, מיט אונדז, װעסטו וווינען. (פירט זי צו צו זײַן סאַפּקע.) דאָ װעט זײַן דײַן אָרט -- אָט איז דײַן געלעגער (לאַזט זיך גיין נאַך איר פעקל.) גרוניע. װאָס טוסטו? און דו אליין -- װווּ וועסטו זיך אהינטאָן? | פּר יװ אל אָ װ: זאָרג ניט, גרוניע. (עפנט די טיר אין טונקעלן קעמערל.) פאר מיר װעט ָ ן
זיך אויך געפינען אן אָרט! אָט דאָ אין קעמערל. װי אין א פּאלאץ װעל איך דאָ לעבן... גרוניע: ווארט צו... און װאָס װעט זאָגן די אנטאָנאָוונע? פּריװאלאָװ: (צינדט אָן א ליכט, זי הייבן אָן ראמען דאָס קעמערל.) טראכט ניט איבער, מיידעלע מײַנס. אין דער שטוב בין איך קאָמענדאנט... אנטאָנאָוונא װעט אָנקװעלן... (נעמט אראָפּ פון וואנט די פאָליצע מיט ביכער, טראָגט זיי צום קעמערל. די ביכער צעפאלן זיך, טוען א קלאפ
אין דיל. פון הינטער דעם לײַלעך הערט זיך א פארשטיקט געשריי. עס רוקט זיך ארויס דיאָמינם צעשויבערטער קאָפ.)
| | װ 2 ו וו 6 6514 .06 2 ייג 5 אב ייר שא טי 0
דיאָמין (פארשלעפערט, צעטומלט.) װאָס איז? וער גוואלדעוועט דאָ? (רײַבט זיך די אויגן, קוקט פארווונדערט אף קאָסטיען)
פּריװ א לאָ װ: און איך װיל פרעגן בא דיר: װער האָט זיך עס צעגואלדעװועט? דוכט זיך, אז דו. נו, האָסטו עס א געשריי געטאָן, דיאָמין!
דיאָמי (גענעצט) שטארק געשריִען זאָגסטו? (רופט.) אנטאָנאָוונא: ווידעראמאָל יענער כאָלעם! דער פאָרעץ האָט זיך מיר. נאָכאמאָל געכאָלעמט... ניטאָ די אנטאָנאָװונע? וועמען װעל איך דעם כאָלעם דערציילן? (שטייט אוף פון געלעגער, גייט צום מיטן צימער, וװוּ פריוואלאָוו קלײַבט צונויף די ביכער.) װוּהין קלײַבסטו זיך?
פּר יוא לאָװ: העלף מיר דאָס קעסטל אריבערשלעפן אין קעמערל ארײַן. גרוניע, שוין אופגעראמט? (פון קעמערל גייט ארויס גרוניע מיט א בעזעס אין האנט.) דער פאלאץ איז פארטיק?
גרוניע: ניין, כ'וועל דיך ניט לאָזן אהין. ס'איז דאָרט טונקל, און די וואנט איז, דוכט זיך, א נאסע. כ'וועל בא אײַך ניט בלײַבן... כ'װעל גיין...
פריװא לאָ װ: אינערגעץ װעסטו ניט גיין. (צו דיאַמינען.) העלף, דיאָמין.
דיאָמין (העלפט שלעפן דעם קאסטן) װאָס טוט זיך דאָ? האָסט אוועקגעגעבן דײַן ווינקל?
פּריװאלאָװ: ריד ניט קיין פּוסטע רייד, שלעפּ: (פארעװוינדן ביידע אין קעמערל. גרוניע שטייט אין ליידיק געוואַרענעס ווינקל. מאכט א באוועגונג אף אראָפּצונעמען פון וואנט נעקראסאָווס פאַרטרעט. קאָסטיע לויפט ארײַן צוריק פון קעמערל, באמערקט איר באוועגונג.) דאָס בילד זאָל בלײַבן דאָ. כ'האָב דאָך דיר דערציילט, װער דאָס איז. (לייגט ארוף די האנט אף גרוניעס אקסל.) דער דאָזיקער מענטש האָט גוט פארשטאנען אונדזער ביטער מאזל...
דיאָמין (באװײַזט זיך אפן שוועל פונעם קעמערל, דערזעט וי זיי שטייען לעבן נעקרא- סאָווס בילד.) זע נאָר וי זיי האָבן זיך צוגעטוליעט!.. (גייט צו אף די עופיצפינגער, שטעלט זיך אוועק אנטקעגן פריוואלאָוון.) דיאָמינען ועסטו ניט אָפּנארן. זאָג אָפּן: כאסענע געהאט? אזוי זשע רייד... (באטראכט זיי.) א וואזשנע פאָרפאָלק... (קאָסטיע גייט אוועק אין קעמערל. גרוניע לאָזט זיך גיין נאָך אים.)
דיאָמיף (פארהאלט זי.) דו, גרוניע, אנטלויף ניט. מעגסט אויסהערן, װאָס דיאָמין וועט דיר זאָגן. כ'קען אים גוט, דײַן קאָסטיען. מע קאָן זיך אף אים פארלאָזן... ער װעט שוין דײַן גליק באװאָרענען.
גרוניע: װעגן גליק רעדסטו? ס'איז אין קיינעם ניט געװענדט --נאָר אין די אייגענע הענט..
דיאָמיף אָט, אָט.. אזא יונג דארף מען ליב האָבן, נאָר אכטונג געבן דארף מען אויך.. (גיט איר א װוּנק, הייבט אָן ריידן שטיל, אז קאַסטיע זאָל ניט הערן.) דו ווייסט דאָך, מיר ארבעטן מיט אים אין איין צעך...
פּריװ אל אָ װ: (גיײיט ארױס פון קעמערל.) רייד, רייד, לאָמיך אויך הערן.
דיאָמין מעגסט עס טאקע אויך וויסן. נאטשאלסטווע האָט שוין אף דיר אן אויג געװאָרפן. דער אדמיראל אליין, זאָגט מען, האָט זיך וועגן דיר נאָכגעפרעגט. מע טשאטעוועט נאָך דיר. היט זיך, קאָסטיע, די שווארצע קארעטע זאָל ניט קומען אהער. און דו, מיידל, גיב אויך אכטונג אף אים.
פּריװאלאָװ: און מער האָסטו גאָרניט געהערט? װאָס זשע שרעקסטו מענטשן? גײ, פּעפער, לופטער זיך דורך.
דיאָמין: א וואזשנע פּאָרפאָלק... ( קוקט אף זיי מיט א נאיוו שײַנענדיק פּאַנעס, גייט אוועק.).
ג רוניע: װאָס רעדסטו מיט אים אזוי בייז? ער איז אונדז א גוטערפרײיַנט. (לאכט.) ער האָט געזאָגט, אז מײַן גליק איז שוין באװאָרנט.
פּר יװ אל אָ װ: ס'קומט אונדז גליק, גרוניע. אונדז אלעמען... (גיט א טײַט אף דער ששטוב) נאָר ניט גרינג װעט עס אונדז אָנקומען. איך האָב געהערט דײַן ווערטל, א קלוג ווערטל. אזוי זאָגט מען בא אײַך, בא די קאלאָשניצעס: ,ס'איז אין קיינעם ניט געווענדט, נאָר אין די אייגענע הענט...* און אויב עס מוז געדויערן, ביז דאָס גליק װעט אריבער אין די אייגענע הענט? װעלן מיר זיך ניט איבערשרעקן, גרוניע? (שטייט אוף, נעמט דעס מאנטל, קלײַבט זיך אוועקגיי)
גרוניע: ביסט שוין װידער פארזאָרגט, שוין ווידער פארכמורעט..
פּר יװ א לאָװ: באלד קום איך צוריק, גרוניע.
ג רוניע: װוּהין איז?
פֹּריװ אלאָ װ: כ'דארף באלד צוגיין אין שול ארײַן, זען איינעם א מענטשן. ער האָט צוגע- זאָגט הײַנט קומען אהערצו. בעסער זאָל ער ניט קומען.
גרוניע: עפשער זאָל איך צוגיין אין שול ארײַן? איך װעל איבערגעבן דער לערערקע: ;גאָט באהיט, דער מענטש טאָר הײַנט ניט קומען"... (לאָזט זיך גיין.).
43
פּריװאלאָװ: ווארט נאָר צו! דו ווייסט דאָך ניט, װי ער הייסט, דער דאָזיקער מענטש.
גרוניע: מע מעג דען ויסן?
פּריװאלאָװ: (באגלייט זי צו דער טיר.) זאָג דער לערערקע, קאָסטיע האָט איבערגעגעבן, בעסער, אז ניקאָלײַ פּעטראָװיטש זאָל הײַנט ניט קומען... וועסט פארגעדענקען? איצט גיי, גרוניע. (נעמט זי ארום) װעלן מיך זיך ניט איבערשרעקן, הא? (גרוניע גייט אוועק. קאָסטיע בלײַבט א װײַלע אליין אין צימער, נעמט ארויס פון הינטער נעקראסאַווס פאַרטרעט א פעקל ליטעראטור, פארוקט עס אין א באהאלטענעם ווינקל אין צימער.) זיי טשאטעווען? עס װעט זי ניט העלפן, אָט אהער װעט קיינעמס האנט ניט דערלאנגען... (עס קומט ארײַן יוטאָו.)
יוט אָװ: (אַנגעטאַן רײַך, האלט אין איין האנט א סאמעטענע הוט, אין דער צוױייטער -- א באזילבערטן שטאָק. קוקט זיך ארום. דערזען, אז קיינער איז ניטאָ, טוט ער א שמיץ דעס שטאַק אין א זײַט, ווערט מיטאמאָל פארענדערט, רעדט מאָנענדיק-הארב.) װאָס קוקסטו מיך אָן? ניט דערקענט דײַן אלטן פרײַנט יוטאָוון?
פּריװ א לאָ װ: (כמורנע) דערקענט.
יוטאָװ: (נעמט ארױס א קליין שערעלע, מיט וועלכן מע שערט נעגל, טוט קונציק א שנײַד אוף דעם אונטערשלאק פון הוט, פון דאַרט פאלט ארויס א פאפירל.) נא, נעם. איך האָב דיר גע" בראכט דעם פלאן פון די גאסן, װאָס פירן קיין פּעטערהאָף, אָט זע: בא די צוויי ליניעס דארפן מיר זיך האלטן. בא איין זײַט --- איך. בא דער צווייטער --- דו... (פריוואלאָוו קוקט ניט אפן פלאן, זוכט עפעס מיט די אױגן, גיט האסטיק א שפאן צום פענצטער, נעמט אריס פון דער וואנט א נאַדל- פאַדעם.)
פּריװא לאָװ: (דערלאנגט יוטאָוון די נאָדל.) מעגסט עס פארנייען צוריק.
יוט אָװ: (מיט א קינסטלעכן ששמייכל.) איך פארשטיי. האלטסט פון קאָנספיראציע. װעסט עס געדענקען אף אויסװייניק. וועסט עס טראָגן אין זיך אינװוייניק...
פּריװ אל אָ װ: ניט אינװייניק און ניט אױיסװייניק. איך דארף עס ניט האָבן.
יוטאָװ: דו דארפסט עס ניט האָבן? מיר דארפן עס האַבױ
פּריװ א לאָ װ: װוידעראמאָל דאָס זעלבע. וער איז דער ,מיר"?
יוט אָ װ: ווייסט שוין גאָרנישט ניט? פארשטייסט שוין גאָרנישט ניט? עפשער װאָלסטו זיך פאָרט דערמאָנען? אין איינעם א מאגאזין, א ביכער-מאגאזין, ווארט מען שוין עטלעכע טעג אף דעם נײַעם פארקויפער. מע פרעגט בא מיר: װוּ איז ער, פריוואלאָוו? ווען װעט ער קומען?.. וויל איך װיסן: װוּ איז פּריוואלאָוו?.. זאָל איך מעלדן: פּריוואלאָוו איז ניטאָ? ער האָט פארבלאָנדזשעט?..
פּריװאלאָ װ: געבלאָנדזשעט האָב איך פריִער. מיט אײַך האָב איך געבלאָנדזשעט. און גענוג זאָל זײַן. ווידעראמאָל װאָזנעסענסקי פראָספּעקט, טשאטעווע נאָך דעם וועג קיין פּעטערהאָף? ניט דאָס איז דער וועג.
יוט אָװ: און וער האָט זיך געשװאָרן? און ער האָט געזאָגט: ,אפילע מיט די הוילע הענט, אָבער דעם דעספּאָט דעם קאָפּ דארף מען צעפּלעטן?* ער האָט געזאָגט? דוכט זיך, אז קאָסטיע פּריוואלאָוו? און איצטער װאָס? זיך איבערגעשראָקן? עס ווילט זיך דאָס אייגענע פעלכל פארהיטן? (טײַט אף דער שטוב.) מיט ביכעלעך, מיט העפטעלעך זיך פארנעמען? ,װאָס איז אזוינס א פוי- געלע? װאָס איז אזוינס א בלימעלע?" א שטילינקער, א װוילינקער געװאָרן. מײַן שקאָלע... מײַן זאװאָד... מײַנע ברידערלעך, די פאבריטשנע...
פּ ריװ אל אָ װ: איר ווילט שפּעטן פון אונדז, פון די ארבעטער? ס'וועט אײַך גאָרנישט ניט העלפן. די ארבעטער ווילן אײַך ניט קענען! װי די גאלאָכים זײַט איר. איר -פארטשאדעט אונדזי (עס דערהערן זיך שטימען פון פירהויז)
יוט אָ װ: װװײַזט, אז מע גייט.) עפשער װעסטו זיך נאָך באטראכטן? מיר װעלן ווארטן אף דיר.
פֹּר יװ אל אָ װ: ניטאָ װאָס צו ווארטף
יוט אָװ: (מיט א דראָענדיק קאָל.) פארגעדענק מײַנע רייד: װועסט אויסגעטריקנט װערף װועסט צונישט װערן, פּריוואלאָו! (פארשווינדט.)
פּריװאלאָװ: (שפאנט אום אן אופגערודערטער.) מיט ביכעלעך, מיט העפטעלעך זיך פארנעמען. א שטילינקער, א װוילינקער בין איך געװאָרן. (ווענדט זיך צום נעקראסאָוו-פאַרטרעט.) און דו, װאָס זאָגסטו? קוקסט אויך אף מיר בייז? ביסט אוֹיך מיט מיר ניט צופרידן? (באמערקט ניט, װי אין צימער באװײַזט זיך אוליאנאָור)
אוליאנאָװ: (באטראכט די שטוב, דעם טיש) זיסע זאכן, געבעקס, א 6 װײַן אויך. אָהאָ, וי פּריוואלאָוו נעמט אוף זײַנע געסט.
פּריװאלאָװ: (איבעראשט.) ניקאָלײַ פֿעטראָװיטש:..
אוליאנאָװ: איר װוּנדערט זיך? איר האָט דאָך געבעטן מיך קומען, גערופן מיך אהער.
פֹּר יוואל אָ װ: (אין פארלעגנהײַט.) אָבער גראָד הײַנט... הײַנט איז אזא טאָג... (הייבט אָן
44
קומען צו-זיך.) הײַנט האָב איך זיך דערװוּסט, אז מע האָט געװאָרפן אן אויג אף דעם הויז. אף מײַן הויז גיט מען אכטונג. איך האָב געשיקט אײַך זאָגן, אז איר דארפט דאָ ניט זײַן הײַנט.
אוליאנאָװ: איך דארף דאָ ניט זײַן? אָבער איך וויל דאָ זײַן. מיר איז דאָ װויל, מיר איז דאָ אָנגענעם. איך זע, אז בא אײַך איז הײַנט פאראן עפּעס א פרייד. מע קלײַבט זיך פארברענגען. װוײַזט אפן קױישל, װאָס ליגט אפן טיעש.) איז נאָך מער אָנגענעם.
פּריװ אל אָװ: (פארביטערט) ניטאָ בא מיר קיין פריידן.
אוליאנאָװ: אזוי מיינט איר? און איך מיין אנדערש. אָט האָב איך ערשט געהערט, וי איר האָט גערעדט מיט אײַערן א פרײַנט. (טײַט אפן נעקראסאָוו-פּאַרטרעט.) מיר דוכט, ס'איז א פרייד, אן עמעסע פרייד האָבן אזא פרײַנט. (גייט צו נעענטער, לייגט ארוף די האנט אף פריווא- לאָווס אקסל.) זאָגט, פארװאָס דוכט זיך אײַך, אז אײַער פרײַנט קוקט אף אײַך בייז, אז ער איז מיט אײַך ניט צופרידן. איר האָט א טאָעס, פּריוואלאָוו. ער האָט גראָד געהאלטן פון אזעלכע, װי איר, און ער האָט געהאט א שארף אויג, ער האָט געזען אף דורך און דורך אזעלכע, וי איר.
פּריװאלאָװ: (אלץ נאַך פארביטערט.) װאָס האָט ער געזען? און װאָס האָט איר אין מיר דערזען? גאָרנישט זעט איר ניט.
אוליאנאָװ: (איראַניש.) עפעס זעען מיר יאָ. אָט, צום בײַשפּיל, זעען מיר, וי פּריוואלאָװו טוט זיך איבער, ער ווארפט אראָפּ פון זיך די ארבעטער-קליידער, ער ווערט אויס ארבעטער, עס געפעלט אים גיין אין א ביכער-מאגאזין, װוערן דאָרט א פארקויפער פון ביכער...
פּריװ אלאָ װ: כ'בין ניט געגאנגען אהין.
אוליאנאָװ: און אין זאװאָד אויך אופגעהערט גין? װאָס זשע טוט איר איצט? װאָס טראכט איר צו טאָן?
פריװ אלאָ װ: איך פרעג עס אליין בא זיך. די גאנצע צײַט פרעג איך בא זיך: אװאָס טוסטו, קאָסטיע?* (עס הערט זיך א הודאַק פונעם זאװואָד, פריוואלאָוו ווערט אנשוויגן. הערט זיך אײַן) אָט דער הודאָק -- באטאָג און באנאכט לאָזט ער מיך ניט רוען. (גייט צו צום פענצטער, קוקט ארויס) אָט גייען מענטשן... דער הודאָק האָט זיי אופגעהויבן פון געלעגער, זײַנען זיי אופ-
געשטאנען, זיי האָבן זיך געלאָזט גיין, זיי ווייסן װוּהין זיי גייען. ;װוּהין גייסטו, קאָסטיע? --- פרעג
איך בא זיך. --- מיט וועמען גייסטו?..*
אוליאנאָװ: או, קאָן זײַן, איר דארפט אויך גיין איניינעם מיט זיי? (טײַט אף די מענטשן, װאַס גייען פארבײַ דעם פענצטער.) עס ציט אײַך צוריק צום זאװאָד? איז גייט אהין, גייט.
פ ריװ אל אָ װ: מיט ליידיקע הענט? מיט װאָס אװעק, מיט דעם צוריק קומען? ניין, ניין.
אוליאנאָװ: אָט אִידאָ האָט איר שוין א טאָעס, פּריוואלאָו. מיט ליידיקע הענט װעלן מיר אײַך ניט לאָזן גיין. איר געדענקט, װאָס מיר האָבן מיט אײַך גערעדט דאָרטן, אין דער שול: איר שרײַבט אָן וועגן מיכײַלאָס אומקום, אלעס, אלעס, װאָס איר האָט געזען, פארשרײַבט איר, און דאָס פארשריבענע װעט געדרוקט װערן, און דאָס געדרוקטע װעט פארשפּרייט װערן, און דאָס פארשפרייטע װעט עפּעס-װאָס אופּטאָן. אָט מיט װאָס איר װעט קומען אין זאװאָד.
פּריװ אל אָ װ: שרײַבן קען איך ניט. זאָל עס טאָן עמעץ אנדערש. איך טוג דערצו ניט.
אוליאנאָװ: וועגן מיכײַלאָס לעבן און וועגן מיכײַלאָס טוט קען נאָר איין מענטש אָנ- שרײַבן: איר, נאָר איר.
פּריװ אל אָ װ: אָבער אז די האנט מײַנע פאָלגט מיך ניט.
אוליאנאָװ: איר װעט איר באפוילן -- װעט זי מוזן פאָלגן. און דערװײַל טוט וי מיר האָבן אָפּגערעדט: מירן גיין איניינעם צו מיכײַלאָס פאָטער, מירן אויסהערן, װאָס ער װעט אונדז דערציילן, מירן אים גוט-גוט אויסהערן, װעט דאָס בלעטל באלד אָנגעשריבן װוערן. גייען מיר?
פּר יװ א ל אָ װו: ניין, ניקאָלײַ פּעטראָויטש.
אוליאנאָ װ: וידער ניין. װאָס איז עס פאר א יונג אזא -- שטענדיק הערט מען פון אים נאָר , ניין? און ,ניין".
פּריװ אל אָ װ: נו, אוואדע זשע, ניין. פירן אײַן אין א פרעמדער שטוב, צו פרעמדע מענטשן... ניין, פריִער מוז איך אליין צוגיין אהין, באשטאטן אלץ, באװאָרענען... ס'איז ניט װײַט, ס'עט ניט לאנג דויערן... (פארשווינדט.)
אוליאנאָװ: (בלײַבט איינער אליין, גײט זיך דורך א פּאָר מאָל איבערן צימער, זעצט זיך צום טיש, הייבט אָן עפעס פארעזרײַבן.)
גרוניע: (לױיפט ארײַן, וויקלט פאנאנדער די שאל, לאַזט זיך צום קעמערל, קוקט ארײַן אהין.) קאָסטיע איז ניטאָ? איר ווארט אף אים? איר האָט אים ניט געטראָפן דאָ?
אוליאנאָװ: איך האָב אים געזען. אָט באלד דארף ער ארײַנקומען צוריק. (שרײַבט װײַטער.)
גרוניע: (ברענגט אין אָרדענונג איר ווינקל, ווארפט פון דער זײַט בליקן אף דעס אומבא-
49
ן ן ן ן ן
קאנטן מענטשןן.) אָט א גיכע האנט, א געניטע... און דוכט זיך, א פּראָסטער, אן ארבעטער... (גייט צו צו אים.) אין דײַן זאװאָד, בא דער מאשין, ביסטו אויך אזא פלינקער? (קוקט וי אוליאנאָון שרײַבט.) גיב נאָר א קוק: ער שרײַבט נאָך גיכער פון קאָסטיען... נבאטראכט אים אופמערקזאם.) זייער קענטלעך... װוּ האָב איך אָט דעם מענטשן געזען?
אוליאנאָװ: אנו, דערמאָנט זיך... דערמאָנט זיך.-
גרוניע: אהא, לעבן דער שול האָב איך דיך געזען. לערנסט זיך מיט קאָסטיען בא איין לערערקע? איר קענט זיך שוין לאנג? ביסט זײַנער א כאווער?
אוליאנאָװ: יאָ, א כאװער. און מיט אײַך האָב איך זיך אויך איינמאָל באגעגנט. עפעס שטארק פארזאָרגט זײַט איר דעמלט געווען. איר האָט געווארט אף דער לערערקע...
גרוניע: דער לערערקע קומט א דאנק. קומסט ארײַן צו איר -- װוערט דיר אזוי גרינג אפן הארצן. אונדזערע מיידלעך די קאלאָשניצעס האָבן זי ליב. זיי זאָגן: ;פון אזא ליבן פרײַנט ווערט דאָס לעבן באשײַנט...* אָט איז שוין קאָסטיע אויך דאָ... (לאָזט זיך צו פריוואלאָוט.)
פּריװ אל אָ װ: כ'האָב אומזיסט געיאָגט דיך... (װוײַזט איר אָן פון דער זײַט אף אוליאנאָוון.) וי נאָר דו ביסט אוועק, איז ער ארײַנגעקומען.
גרוניע: אָט דאָס איז ער? און איך מיט מײַן נארישער צונג האָב דאָ אזוינס גערעדט!
פּר יוו אל אָ װו: ניקאָלײַ פּעטראָװיטש! מיר קאָנען שוין גייף אָט דאָ ניט װײַט בא טראָפי- מיטשן אין שטוב װעט עס פאָרקומען.
גרוניע: גײיסט אװעק? און איך זאָל דאָ בלײַבן איינע אליין? גערופן מיך זיך באזעצן דאָ, געזאָגט: מיר װעלן זײַן דאָ איניינעם... און שוין זאָל איך בלײַבן דאָ איינע אליין. איך וויל ניט, מיט דיר װעל איך גיין, אומעטום מיט דיר װעל איך גיין.
פּריװאלאָװ: (אין פארלעגנהײַט, קוקט אף אוליאנאַוון.) און קאָן זײַן, מע טאָר ניט?
אוליאנאָװ: מע מעג, מע מעג. הײַנט װעט מיט אונדז גיין איינע, און מאָרגן װועלן מיט אונדז גיין טויזנטער, טויזנטער גרוניעס.
(פאָרה אנג).
שלוימע טשערניאװסקי
געקומען איז אפרעל
געקומען איז אפּרעל אין דערפעלע, אין גאָרקי,
װוי קאלעס שטייען װײַנשל-ביימער דאָרט אין צוויט, און טײַבעלעך, װאָס לענין האָט געכאָװעט, װאָרקען, און פול ווערט מיט דערמאָנונגען מײַן ליד...
ס'האָט ער פאר זיי די טויבנשלאקן דאָ צעהאנגען, דער פייגל-פרײַנט, דער קעמפער פארן מענטשנס גליק. און ס'איז די ליבשאפט פונעם לאנד אהער געגאנגען
: אף קומען דאָפּלט א באגײַסטערטע צוריק, --
קעדיי דעם לויף פון טײַכן האסטיקע צו צוימען, צערוקן ריזן-בערג, אז דורכגיין זאָל דער מענטש, דעראָבערן די אויסגעבלויטע, װײַטע רוימען, -- אף גרויסע אופטוען, איליטש, האָסט אונדז געבענטשט.
אין אױספּרוּװון מיר האָבן קיינמאָל ניט דעם מוט פארלאָרן, מיר האָבן אויסגעהאלטן בלוטיק-שווערן קריג,
האָסט אונדז געגעבן קוי'ך,
צום פײַנט געשטארקט דעם צאָרן,
דעם וועג באוויזן אונדז צום זיג.
טאָ זאָלן איצט די טײַבעלעך פון שאָלעם פליִען, עס הילכט אין װײַטן קאָסמאָס אונדזער ליד,
און זאָלן אומעטום די װײַנשל-ביימער בליען, -- די ערד באדעקן אין אפּרעל מיט פרילינגדיקן צוויט.
5* 46:
דעמיאן בעדני
די סאַװעטישע ליטעראטור פּײַערט דעם 80טן געבורטסטאַג פאַפולערסטע סאַװעטישע זיכטער דעמיאן (יעפים אלעקסאנדראַװיטש פרידװאַראַו).
איז זײַן גאנץ לעבן געװען פארבונדן מיט דער באַלשעװיסטישער פרעסע, געװען איינער פון די אקטיװסטע ער געהערט צו די מיט זײַנע פאָעמעס, לידער, מעשאָלים, מײַסעלעך, אגיטפלאקאטן אין ער געװאַרן בא"
פון אײינעם פון די בעדני דעמיאן בעדני
מיטארבעטער פון ,פראװדא". פון דער סאָװעטישער דיכטננג.
ליבט בא די ברייטע פאַלקסמאס.
מיר דרוקן דאַ צװי װײניק באקאנטע לידער זײַנע װעגן
װ. אי. לענינען
קיינער האָט
א טאָג װי א טאָג, א געוויינלעכער,
די גרויע טונקלעניש נאָגט, --
עס דונערן װוערטער שטיינערנע
פון גאָראָדאָװאָי אפן ראָג.
אין קלויסטער דער גאלעך נארט אָפ,
די אויגן פארגלאָצט אין דער הויך.
דאָס שענקל איז פול אָנגעשטאָפּט,
שטיקט זיך פון בראנפן און רויך.
די סעדעכעס אין מארק זיך קריגן,
װוי בינען אף צוקער מע זיצט,
די איידל-געפאטשקעטע מױדן, װי ציגן,
זיך יאָגן אין קלייט נאָך ציץ.
בא די טירן דעם פּריסטאװוס זעסט
דעם פויער מיט זײַן שטומען צאָרן,
דאָס צעפליקטע בלעטל -- דער מאניפעסט -- איז געל אף די פּלױטן געװאָרן.
פון טורעם דער פּײַערלעשער קוקט אף דעכער,
גרונטלייגער סאטירישע
ניט געװווסט
אין גלאָק א זעץ טאָן איז ער גרייט,
און אונטער זידלערײַען פרעכע
צעשיטן זיך סאָלדאטן אין א קייט.
עס סקריפּען פּױערישע פורן,
בורלאקעס גייען מיט מאָזאָליעדיקע הענט, אין קייטן פירט מען א געשמידטן פארמישפּעטן סטודענט.
אן ארבעטער אין שווערע שטיוול
שרײַט אויס און גריסט אים מיט דער האנט: היי, זײַ געזונט, סטודענטל ליבער,
דו גייסט אװועק אין װײַטן קאנט.
און ניט געװוּסט האָט קיינער, קיינער דאָ, ס'האָט גאנץ ראסייע ניט געקלערט,
אז אין דעם טאָג אין דעם געוויינלעכן, האָט לענין זיך באוויזן אף דער ערד.
שנײעלעך
פארשאָטן אלע טאָלן, אלע וועגן, האָט נעכטן די צעהוליעטע זאוויי, און עס פאלן נאָך, און פאלן אף די שטעגן די שטילע שטערנדלעך פון שניי.
די בענקשאפט, װי א כמארע, האָט פארצויגן די ליכטיקײַט פון פראָסטיקן פארטאָג,
און װוידער שטייט ער אוף פאר מײַנע אויגן --- דער אומפארגעסלעכער, דער טרויעריקער טאָג.
עס האָט געדאכט: די ערד איז שטיין געבליבן, עס האָט געדאכט: ס'איז פינצטער אף דער וועלט.
און טיף א שטאָך געטאָן האָט דעמלט אין די ליפּן די אומראכמאָנעסדיקע ווינטערדיקע קעלט.
ניין, ניט פארגעסן פאָלקס געוויין, װאָס ברויזט אין מיר, ניין, ניט פארגעסן אײביק יענע טעג, ווען דער האמוין פון פּויערים פון טויזנטער -- באגלייט האָט לענינען אין לעצטן וועג. אין פּאָסטעלעס, פארהאָרעוועטע, גייען זיי, די פּענעמער -- פארטרויערטע און בלייך, און עס פאלן, און עס פאלן שנייעלעך, אף לענינס אָרן פאלן ווייך. יִדיש -- מ. גרוביאןף
47
,יי
יאנקעװו שטערנבערג
די פייערן פון דער שטאָט
(מאָסקווער סויַטע)
די װײַטע פֿײַערן
ו
וׂ די װײַסע פײַערן, װאָס פלאקערן באנאכט
| אף אלע היגלען פון דער שטאָט
מיט באנען און פאבריקן אירע. ן ארום פּראָספּעקט פון פרידן מיט מײַן דירע,
וֹ װוּ כ'האָב מיר דאָ מײַן הױכפּונקט -- דעם באלקאָן --
ֹ און פראווען דאָ מײַן וואכטע-דינסט איך קאָן. --
1 די פּײַערן
: קלאָר-װײַסע, װי פון טאָמיד פּוצן זיך און שײַערן,
וׂ גלײַך װײַזן זייער זױבערקײַט -- א סאך, א סאך, א סאך -- ן זיי האָבן אינעם רוים זיך אויסגעשטעלט געווירעט.
| : נאָר דאָס אזוי אין אָנהײיב בלויז זיך דאכט.
1 װײַל אָט באזונדער, שטרענג מע שטייט,
און אָט מע בויט צוזאם א פּיראמידע.
די הויכע שפּיל אין ריינער אומבאפלעקטער פרייד -- פאר זיי אוווידע איז, נאטור און מידע...
איך קוק אף זיי ביז ערשטן שפּראָץ פון טאָג אמאָל, װ און איב אזוי מײַן גײַסט אויך ריין זײַן, װי קרישטאָל.
גערוך פון פרישן ברויט
דער אָװונט-צויבער שטראָמט. ער שטײַגט. נאָר ערשט די פולע קישעף-מאָס דערגרייכט. ווען צוויי פיגורן, גלײַך װי אויך ארויס פון דעמער, אויסטערליש, מעלאָדיש-ווייך,
אין ביין-האשמאָשעס-ליכט, אין וועלכן ס'טריפט שוין אויך דער גוטער שטערן-שמייכל, מיט זייער שײַן (װי קרויווישער!) אין אים ארײַנזיכבלײיכן.
די פויגליש-קליינע קעפּ מיט פּענעמער פון אש-קאָליר פאנטאסטיש זיצן אף די הויכע אקסלען, װי א ציר, און עפּעס איז פאראן אין זיי פון יענער נאכט-רייץ, װאָס פארפירט.
נאָר אָבער ניט קיין גײַסטער, ניט פון מײַסע-ביכלעך פּרינצן זײַנען זיי.
דאָס גייען ערדישע, אין לאנגע װײַסע מאנטיעס, בלאנקער פון לעװאָנישן געניי, שווארץ-אפריקעס שעליכים, מאיעסטעטיש-שווארץ, מיט אונדז אין רוישיקן געדריי.-- שווארץ-אפריקעס שעליכים -- גרויסע אָרכים צוויי.
געבראכט קיין מאָסקװע האָבן זיי א הארץ, װאָס קלאָר און ריין סע איז, וי שניי, און אויך דעם דופט פון זייער יונגער פרײיַהײַט -- דאָס גערוך פון פרישן ברויט, װאָס אָקאָרשט האָבן זיי ארויסגעכאפּט אים פונעם אויוון --- הייס, אזש רויט..,
3--8 48
אזוי װי אן ארבוז
אזוי וי אן ארבוז א צײַטיקער, אף טיילן צוויי צעשניטן,
מיט קערלעך פריילעכע צעשאָטן אינדערמיטן, --
די גאָרקי-גאס, די רוישיק-פארביקע, זעט אויס אין אָט דער שאָ, ווען איבער איר עס קושט זיך פּרײַ דאָס אָװונט-גאָלד מיט בלאָ.
: א גרויסע קינדיש-נאשערישע גלוסט דערוואכט אין הארץ אין אלטן; א כאפּ טאָן אויך א ריפטל פון ארבוז, װאָס ליגט צעשפּאלטן...
אין אָװנט, אפן רויטן פּלאץ 1
איך וויל, אז עכט זאָל קלינגען דאָ מײַן זאץ.
פונוואן די פייַערלעכע שטילקײַט אפן רויטן פּלאץ? צי ניט דערפון, װאָס אין דער אָװנט-שאָ, וי פרײַנט, עס רעדט דער גרויסער אָװער מיטן גרויסן הײַנט?
איך וויל, אז עכט זאָל קלינגען דאָ מײַן זאץ.
דער ספּאסקע-זייגער זיך צעכוואליעט, װי א ריזןדטאץ -- דער ריינסטער גאָנג פאר פרידן אף דער װעלט!
מײַן אָטעם אין זײַן קלאנג אויך ריזלט, קוועלט --
איז אויך אין אים פאראן.
2
איך גיי און כ'פיל, װוי לאנגזאמער איך שפּאן.
אין אָט דער שײַן, אין וועלכער פּראָזשעקטאָרן-ליכט באנאנד מיט פארב פון אייד'לער יעל זיך וועבט, --
עס טײילט זיך אויס און לעבט
נעשאָמעדיק די אלטע קרעמל-וואנט,
און אף איר ברוסט דער לענין-מאווזאָלײ.
איך זע אים באלד אין פרילינג-צוויט און באלד אין שניי...
וי גוט איז, װאָס עס ווייסט בא אונדז הײַנט יעדעס קינד:
געשיכטע איבערמישט די בלעטער נאָך געשווינדער פונעם ווינט. ס'איז ווידער לענין מיטן פאָלק --- זינט ר'איז צוריק אליין, ניט צוויי, אין מאווזאָלײ. :
איך קוק זיך אײַן אין אופגעריכטער קרעמל-וואנט, און בענטש די מעכטיק-בלעטערנדע האנט.
3
עס איז װי א כאלע געפלאָכטן דער קלויסטער וואסילי בלאזשעני.
דער קלויסטער --- פון פאָלקסמײַסטערס גרויסע געווען אויסגעדיכטעט.
אין ווינקל דאָרט ליגט אויך די קייט, װאָס פארבליבן פון צײַטן פון יענע, ווען דאָ, אפן פּלאץ, מע האָט זין פונעם פאָלק הינגעריכטעט.
איך קוק אף דער קייט. איך זע -- אף איר שטייט
געשמידט יעמעליאן פּוגאטשאָו! ---
שווארצבערדיק און רויִק, מיט טונקעלן שמייכל אין בליק -- די גליַענדע קויל פון זײַן גוירלדיק גליק,
װאָס צווינגט אף א רעגע דעם טאליען א טראָט טאָן צוריק.
49
און דעמלט, אָ, דעמלט, באם אופבליץ פון גרויזאמען סאָף -- א לאך טוט ער הילכיק אין פּאָנעם ,
די הענקערס פון פאָלק --- זײַנע סאָנים.
יאָ, יאָ --- איך בין זיכער!
צעלאכט זיך אזוי װוי א וויכער,
װאָס רײַסט פון די באלקנס דעם דאך -- -- --
עס שפּילט א הארמאָשקע. ן אין איר אויך -- דער זעלבער ברייטברוסטיקער לאך, און כ'הער, װי אים ענטפערן עכאָס א סאך..
01 א
| אף א בילדער-אויסשטעלונג
איך גיי פון זאל צו זאל און פרעג זיך: עס איז װאָר?
| איך טרעף ניט מער די שטיוול, װאָס דער קינסטלער האָט | געמאָלן, וי אין טראנס פון טפילע טאָן צו גאָט,
ו מיט שווארצן שטיוול-גלאנץ געלעסטערט דעם קאיאָר.
1 איך גיי פון זאל צו זאל און טרעף ניט דעם שינעל, װאָס מאָנומענטיש האָט פון בילד ארויסגעשפארט, און צען מאָל פּיאָטער, צען מאָל גראָזני לוט דער שטעל, כאָטש האָט פארלאנגט אויך אויסזען װי א װאָלקן צארט...
איך קוק און זע ניט, וועמען זען עס איז געוועזן א געבאָט, יאָ, אים, װאָס, וי זײַן דינסט, די קונסט האָט אויסגענוצט, און, וי זײַן קעפּסװײַב, האָט די אײיביקײַט געדוצט,
װ/ דער געץ צעקלאפּט, צעשמעטערט איז -- און דאנקען גאָט!
די ערדיש-הייסע שטערן
די לעבעדיקע, ערדיש-הייסע שטערן פון מײַן האָרעפּאשנער שטאָט --
אין טיפער, שפּעטער נאכט פארגרעסערן נאָך מער דעם סאָד
פון גרויסן אומרו אינעם מענטש, זײַן בינען-פלײַס און מי.
און כאָטש פון זיי, די ערדישע, ניט איינער טוט א פלי,
וי דאָרט, אין רוים, די הימלשע, -- זיי טרעפן אין מײַן זעל,
מיט שארפער נאָדל-שײַן אנטפּלעקן, װאָס איז העל
און גרוי אין מיר, דערפרישן מיך מיט זייערע טויען-פונקען --
סײַ מילדע און סײַ שטרענגע -- און איך װער פון זיי באטרונקען...
די לעבעדיקע, ריינע, װײַסע פײַער-ליליען פון מײַן האָרעפּאשנער שטאָט --
אין טיפער, שפּעטער נאכט פארגרעסערן נאָך מער דעם סאָד
אין מיר אליין, װוּ אויכעט מילדע, שטרענגע קנאָספּן פלאם
זיך צינדן אָן, זיך בײַטן, װי די פליטערלעך פון זון אף יאם... פון פענצטער טרעט איך אָפּ און שלאָפן כ'גיי, נאָר ס'וועקט מיך אוף, און אָט -- די לעבעדיקע, ריינע, װײַסע פיַער-בלומען פון דער שטאָט
איך זע ניט מער... לעװאָנע-סערפּ, װאָס טויכט קעסיידער אוף בעסאָד
אין צניעסדיקער בלײיכקײַט פון פארטאָג, --- זיי, קענטיק, אָפּגעשניטן האָט,
און מיך דערגרייכט דער צאר פון טונקל, נאקעט פעלד נאָך שניט,
װוּ נאָר געבליבן זײַנען דרײַ:פיר בלימלעך אין דער מיט...
אף אן אופגעפלויגענעם עטאזש
1
דער מענטש, װאָס קוקט באנאכט אראָפּ פון פענצטער אף אן אופגעפלויגענעם עטאזש, און זעט דערבײייַ זײַן אייגענע נעשאָמע,
50
װי זי פלאטערט צארט און בלאס ארום די הענגענדיקע לויכטנדיקע לאָמפּן-קעפּ
און טונקלע דעכער פון דער גאס, -- ער מוז געפינען קראפט אין זיך
און טיף-באשיידן און אָן ראש זײַן עלנט גויווער זײַן,
און זיך דערהערן און באזינען דאָס אלץ, װאָס אים
דורך אלע יויוולים טוט פארשפּינען מיט צווילינג-ברודער זײַנעם --
מיט דעם מענטשן אײביק שטארקן, װואָס האָט פארלאָזט די הייל
און פון דער בייזער כייַע איז אוועק צו האקן מיט זײַן פויסט אי בארג, אי וואלד,
די שווערע קייטן פון אורפענטנדיקער שרעק, -- און וועמעס וואכער און באפרײיַטער גײַסט
שוועבט אום אף אלע שטעט און מארקן.
דער מענטש, װאָס קוקט באנאכט אראָפּ פון אופגעפלויגענעם עטאזש, און דער, װאָס דעמלט שפּאנט אליין אין גאסן-טאָל, דאָרט, אף דער ערד, -- באזונדערע, פארשיידענע זיי זײַנען, צי פארקערט. דער איין און זעלבער מענטש, װאָס האָט זײַן עלנט שטיל, אָן ראש באזיגט, געשפּאָלטן זיך אליין, געטיילט אף צוויי, אזוי װי ס'טוען עס אצינד די מילדע, װײַסע בליטן שניי, וואָס שיטן, שיטן און דעם גאנצן רוים פארשפּינען -- פון ,הייך* און ;נידער" שפּילעװדיק פארפּלאָנטערן דעם זינען, צי גאָר אזוי פארייניקן און װוּנדערלעך פארבינדן זיי?..
11מו צת חע 48812404
זוי טאָמיד אונטער פלאטער פון טיף-שפּעטער נאכט,
ווען מאָסקװע מיט איין אויג נאָך שלאָפּט און מיטן צווייטן וואכט, איך. שטיי אויך הײַנט און קוק אין פענצטער אף טװערסקאָי בולוואר, און כ'הער, װי ס'קלאפּט מײַן בלוט. מײַן הארץ ווארט אף זײַן סכאר.
כ'גיי צו צום שרײיַבטיש, צו מײַן ליכטיק װײַס פּאפּיר,
און אלץ, װאָס כ'האָב געזען, עס ווערט אף אים פארזייט פון מיר; דער מאָסקװער הימל צינדט זיך אָן מיט יענער סרייפע-שײיַן, װאָס האָט אין גיפט פארוואנדלט באָנאפּארטס ניצאָכן-װײַן.
און אין דעם רויטן פלאם אף זעלביקן טווערסקאָי בולוואר, װוּ ניט נאָר שטיבער, אויך די ביימער האָבן דאן געברענט, א קינד אן אײַנגעװיקלטס מ'האָט געטראָגן אף די הענט. ס'איז אלעקסאנדער גערצען... ער שוין דעמלט האָט דערפאר
1 דער נאָמען פון אלעקסאנדער גערצענס בארימטן בוך.
51
52
געקוקט מיט גרויסע אויגן, גלײַך פארשטאנען אלץ, באטראכט, געזען, וי פראנקרײַכס גרענאדערן זײַנען שיקער און פארווירט, ער האָט געהאלדזט, געגלעט זײַן אם, װאָס האָט אים אומגעפירט אין גאס, אין יענער מאָסקװער סרייפע-נאכט.
און עסן האָט אפילע אים פארװאָלט זיך. א געוויין
ער אופגעהויבן האָט, נאָר ס'איז די ברוסט פון אם -- א שטיין. אנטרונען איר דאָס מילך. אויך ברויט אין שטאָט האָט אויסגעפעלט, נאָר דאָ האָט עמעצער פאר אים געטרײַ זיך אײַנגעשטעלט
און בא די זעלנער שיקערע פאר אים א שטיקל ברויט
ארויסגעריסן מיט געוואלד. דער מאָסקװער הימל רויט
באשײַנט האָט דעם טראָפיי אין האנט פון קינד... ער אופגעלייגט
איצט עסט דאָס ברויט, װאָס מ'האָט פאר אים אין וואסער ווייך צעווייקט.
און אָט די רויטע שײַן, װאָס ער מיט זעלנער-ברויט צוזאם
אלס קינד געגעסן האָט אין יענער מאָסקװער סרייפע-נאכט, --
זי האָט דאָס גאנצע לעבן דאָך גענערט זײַן העלן פלאם
און ביז צו דער קאָמונע פון פּאריזש אין אים געברויזט, געוואכט.
זי שטראָמט איצט אף מײַן שרײַבטיש, אף מײַן ליכטיק, װײַס פּאפּיר,
װוּ אלץ, װאָס כ'האָב געזען, עס ווערט אף אים פארזייט פון מיר.
אין זיך איך שפּרײט, איך פלאנץ דיך, מאָסקװע, מײַן טװערסקאָי בולוואר. ס'איז אלעקסאנדער גערצען הײַנט מײַן הויכער לוין, מײַן סכאר.
זומער
מיט לאָמפן-ליכט איז אָקאָרשט פריש באגאָסן די פּלאטפאָרמע פון עלעקטראָצוג, די לופט איז פול מיט רויש פון דאטשניקעס, וי ביזן ראנד מיט יונגן װײַן א קרוג. א שמעטערלינג א פארביקער, נאָר מידער פון א לאנגן זומער-טאָג ארומצושוועבן, האָט אויך געווארט דאָ אפן צוג, געמיינט אין אים נאָך ראטעווען דאָס לעבן,
און פּלוצעם טוט געפאלן. מיטן גאנצן קערפּערל א זעץ געטאָן זיך אין דער ערד, און װײַט אזש ביזן האָריזאָנט מע האָט דעם צארטן קלאפּ געהערט... דאַרף
א בונטע פויערטע ארײַן איז אין וואגאָן פון אונטערבאן,
פארגליווערט בלײַבט, װי אפן וואסער זיצט א שוואן...
אפּאָנעם, ס'ערשטע מאָל זי פאָרט אין אונטערערד, די פרוי.
א בלימלדיקע שעמעוודיקע בלױקײַט זיך צעשמייכלט אין איר אויגן-בלוי. מיר האָט פארבענקט זיך נאָך גערוך פון פעלד, פּאָלין און טאָרף -- עס האָט א שמעק געטאָן מיט גוטן פּױערטום, מיט דאָרף.
טוירע עס פלאמט די היץ, נאָר אף אלייע קילער גרייט זיך א סטודענטקע צום עקזאמעןי
מיט איר --- די דיקע ביכער און די מאטעמאטיק-העפטן מיט די זונען-העזעלעך צוזאמען.
און איבער איר --- אן אלטער בוים, װאָס זײַנע צװײַגן נידעריק זיך בויגן א קוק טאָן אין די ספאָרים אירע מיט די שעלמיש-גרינע אויגן...
זאָל זײַן, אז פון איר לער עס יל א נאש טאָן אויך דער קלוגער בוים? איך מיין, ער שפּאסט, און אין איר גאנצער טוירע נייטיקט ער זיך קוים.
מאָסקװע פיטערט
מאָסקװע פיטערט גאנצע סטײַעס, מאכנעס קאָל-האמינים טויבן. פליען זיי פון קרעמל ביז מאנעזש און פון מאנעזש ביז קרעמלס שויבן, צו דער לענין-ביבליאָטעק... מע הערט אויך זייער ווייכן פלאטער
בא דעם ,אוניווערסיטעט פון פעלקער-פרײַנטשאפט", באם ,באָלשאָי טעאטער". אף ארבאט, דזערזשינסקי-פּלאץ אויך טומלען זיי און קאָכן זיך און זידן, פּראווען אומעטום, קימאט אף אלע גאסן, טויבן-מיטינגען פאר פרידן.
ווער עס כאָװעט זיי און גיט זיי לוסט צו פּליען קרעפטיקער און לינדער? אונדזער פריילעכע כעװרײַע רוישיקע פּיקאסאָס --- אלע מאָסקװער קינדער!
די שטילסטע שאָ
די שטילסטע שאָ נאָך האלבער נאכט.
װאָס הייסט אָט דאָ די שטילסטע שאָ נאָך האלבער נאכט?
דאָס מיינט, דאָס מאכט: די מיליאָנען-מענטשן-שטאָט מיט אירע ראכוועסדיקע גאסן, מויערן, פאבריקן, מיט אירע טעאטערן, אלטע קלויסטערס, נײַע הענגענדיקע בריקן -- האָט זיך פארטײיַעט... ניין, ניט שלאָפּט, ניט דרימלט, נאָר שװײַגט פּראָסטערדיש און באהימלט...
װאָס הייסט, זי שװײַגט?
דאָס מיינט: זי טרינקט זיך אָן מיט קראפט און שטײַגט.
דאָס מאכט: מיט אלע גאָרנס, דעכער, ביימער-צװײַגן
זי טרינקט פון ברונעם לויטערסטן דאָס גרויסע שװײַגן -- פון ברונעם, דעם פארטריבענעם אין פעלד אין װײַטן,
װווּ ס'קומט צו אים א פוסגייער, א רײַטער.
אפילע די לעװאָנע מיט די ריידעוודיקע שטערן
אים רוישיק זוכן אָפּ -- צו אים פארבלאָנדזשען גערן איניינעם מיט די סטאדעס פון די שטומסטע שאָטנס-שװאָטים...
איך אויכעט טרינק פון אים מיט שטאָט, מײַן טאָמיד דאָרשטיקער, פונדאנען איך אויכעט טרינק מיט איר צוזאמען -- ס'פארכאפּט אונדז אזש פון לאנגן, פרישן טרונק דער אָטעם.
ערעװו-טאָגן
אין אייגענעם ריזיקן הויף, נאָך באוואכט פון געשפּענסטער, אף נאכטישע װענט, אין פארלאָשענע פענצטער,
דאָס אופגעבליצט-רויטלעכע ליכט דאָס באשיידנס, --
עס האָט אין זיך עפּעס פון כצאָס פון מײַן זיידן.
בלויז ליכט-פּאנטאָמימע, כאָטש ס'וויל עפּעס ריידן. דעריקער -- פון מענטשלעכער טאָכיקער מי,
װאָס הייבט זיך אָן עטװאָס פאמעלעך, אָן גלי,
נאָר דאָך אזוי פרי, אזוי פרי,
און שפּעטער, ערשט שפּעטער צעפלאקערט זיך זי,
אזוי װוי אף ביימער אף קילע דער שיקערער בלי...
דאָס רויטלעכע פּײַער פארטאָג אין די פענצטער -- אף מענטשלעכן שטערן דער קוש -- דער פלאמיקער, שענסטער!
95
הור ייר וו
הֹ
ייוו
|
אאאטטהטוטוהוהאטהאנהאהאאאאהא,; -,, קגאטאסגרענתועההנעהאססמסמאאאנסטן
הירש דאָבין
דער קויען פוֹן לעבן
קאפּיטל איינס
1
יט געשריי און געפּילדער האָט מען געפירט די מענער פון אלע װײַטע עקן שטאָט. פון קאָמאראָווקע און פּערעספּע, פון ארום װאָקזאל און פון דעם אלטן מארק. ער" טערװײַז האָט די וואך זיך פארהאלטן, קעדיי צונויפקלײַבן זיי אין קאָלאָנעס, און דערנאָך מיט קוילעס געטריבן װײַטער.
די גאסן, דורך וועלכע מע האָט זי געפירט, זײַנען פול געווען מיט רויך. פון די פילשטאָי קיקע מויערן, װאָס האָבן פריִער באשײַנט די שטאָט, זײַנען געבליבן סקעלעטן, בערג מיט ציגל- ברוך און שטיינער. בא יעדן צו שטארקן טראָט האָבן שטיקער װענט מיט טויבן געהילך זיך אראָפּגעריסן פון דער הייך און, מיטשלעפּנדיק מיט זיך אלץ, װאָס האָט זיך געמאכט אין וועג, פאר" הילט דעם ארום אין װאָלקנס שטויב.
מען איז געגאנגען שװײַגנדיק פון גאס אין גאס, פארביי ערטער, װוּ עס האָט געשמעקט מיט א זיסלעכן, שווערן רייעך, פון וועלכן עס האָט געקערט די גאל, און ניט קלאָר איז געווען, וועמען איז איצט בעסער -- די לעבעדיקע, װאָס דארפן צוזען אלץ און שװײַגן, צי די טויטע, װאָס האָבן צװישן די כורוועס געפונען זייער רו און זײַנען פּאָטער געװאָרן פון אלץ און אלעמען...
ס'האָט קיינער ניט געװוּסט, װוּהין מע טרײַבט זיי און װאָס וויל מען פון זיי האָבן. בא יעדן פּרוּוו צו דערוויסן זיך עפּעס, האָט מען געכאפּט א שטויס, א קלאפ און ס'איז בלויז געבליבן גיין װײַטער.
איבער דער שטאָט האָט זיך נאָך אלץ געטראָגן א שיסעריי פון אװוטאָמאטן. כאָפּטעסװײַז און אײנציקװײַז האָבן די היטלעריסטן זיך געיאָגט איבער די גאסן און געשאָסן אין דער העלער וועלט ארײַן, געשאָסן הינט; דאָרטן, װוּ עס איז ניט געווען וועמען צו דערהארגענען, װוּ הײַזער זײַנען געשטאנען פארלאָזענע, -- געשאָסן אין די פענצטער און געבראָכן שויבן, קעדיי װאָס מער פּאכעד אָנווארפן אף דער באפעלקערונג און פארגרעסערן די מעהומע.
די געטריבענע האָבן אויסגעזען מער פארװוּנדערט, װי דערשיטערט. עס איז קיין צײַט ניט געווען צו ארײַנטראכטן זיך אין דעם, װאָס עס קומט פאָר. פיל זאכן האָבן פּראָסט ניט געלייגט זיך אפן סייכל.
ווען מען איז ארויס צו די הינטערגאסן, װוּ א סאך הײַזער זײַנען געבליבן גאנץ און ס'ראָוו פון דער באפעלקערונג איז געווען אף די ערטער, האָבן זיך די מענער דערמאָנט אָן טויזנטער ארבעטן, װאָס יעדערער האָט ניט דערטאָן אין דער היים, און עס איז זיי באפאלן א זאָרג וועגן די פרויען און קינדער, וועלכע מע האָט איבערגעלאָזט אף העפקער. יעדער איינציקער האָט גענומען טראכטן דערפון, ויָאזוי ארויסצודרייען זיך פון דער קאָלאָנע און זיך אומקערן אהיים. נאָר בא דער זײַט איז געגאנגען די וואך מיט די ביקסן אין די הענט, און מען איז געצװוּנגען געווען גיין. ניט װיסנדיק װוּהין און צוליב װאָס.
װאָס לענגער מען איז געגאנגען, אלץ כוישעכדיקער און אָפּגעצערטער זײַנען געװאָרן די פּענעמער, װי די מענטשן װאָלטן ארויסגעקומען פון צווישן די רויִנען פארפינצטערטע פון פּײַער און רויך.
אזוי האָט געדויערט, בין מע האָט די מענער געבראכט צו פירן צום טײַכל אויסער דער שטאָט.
54
,נאָכן כורבן"
קינסטלער -- רעפאַעל כװאָלעס (פוילישע פאָלקס-רעפּובליק)
אין פעלד ארום איז נאָך קיין סימען פון מילכאָמע ניט געווען. א פרישע, א מעכײַעדיקע לאָנקצ האָט זיך געשפרייט פאר די אויגן װײַט און װײַטער, און איר העלע גרינקײַט איז ביסלעכװוײיז איבערגעגאנגען אין ווייכערע און שטילערע פארבן פון פעלדער קארטאָפל, קאָרן און לײַן. לויטער איז געווען דער פארנאכט. פארכאָלעמט האָבן ארײַנגעקוקט אינעם צוגעלאָשענעם און שטילן ווא- סער די גרינע קוסטעס. און ס'האָט זיך געקאָנט דוכטן, אז ס'איז גאָר ניטאָ אזא מין קויעך, װאָס זאָל קאָנען צעשטערן די רויִקײַט דאָ ארום, די רויִקײַט, װאָס הערשט דאָ, זינט די וועלט שטייט. נאָר אפן דערבײַיִקן טראקט האָבן אָן אופהער גערוישט מאשינעס, פון הימל האָט זיך געטראָגן דאָס גערודער פון אעראָפּלאנען.
עס איז צוגעפאלן דער אָװנט, א ווארעמער, שטילער און פינצטערער. די מענער, אין טונק- לעניש פארוועבטע, האָבן לאנג געקוקט, ויאזוי עס רויטלט זיך דער הימל איבער דער שטאָט אין אָפּשײַן פון סרייפעס, און װוער ווייסט, װאָס זיי האָבן דערביַ איבערגעטראכט.
פון עטלעכע זײַטן מיטאמאָל האָט די שטילקײַט אופגעריסן א שיסעריי פון קוילנווארפערס און גליענדיקע פלעמעלעך פון טראסירנדיקע קוילן האָבן זיך גענומען טראָגן איבער די קעפּ. דער אוילעם איז אלץ געשטאנען. ס'איז פינצטערער געװאָרן, קיין באזונדערע מענטשן האָט מען שוין ניט ארויסגעזען. קעפּ און פּלייצעס האָבן זיך צוזאמענגעגאָסן אין איין גרויער מאסע, װאָס האָט זיך געוויגט הין-און-הער. דאן האָט דורך א הויכריידער א הילך געגעבן א ווילד געשרײי אף דײַטש, מע זאָל מאכן נאכט. און, װי מען איז געשטאנען באם ברעג פונעם טײַכל, אזוי זײַנען אלע, װי איינער, אומגעפאלן און אומבאוועגלעך געבליבן ליגן. פארן גרויסן אויסמאטערנדיקן טאָג, װאָס האָט געדויערט, וי א יאָר, איז עס געווען דאָס ערשטע מאָל, װאָס מע האָט זיי צורו געלאָזט.
עטלעכע מאָל דורך דער נאכט האָט זיך װוידער געהערט א שיסעריי פון קוילנווארפערס: עמעצער פון די ייַנגערע האָט זיך געפּרוּווט ארויסגאנווענען פונעם לאגער און דורכשווימען דאָס טײַכל. און יעדעס מאָל, װאָס מע האָט געשאָסן, זײַנען אלע אופגעציטערט געװאָרן.
אף מאָרגן איז דאָס אָרט שוין ניט געווען צו דערקענען. פון דעם פרישן גראָז אף דער לאָנקע איז איבער נאכט קיין זייכער ניט געבליבן. קיין שפּור פון רויִקײַט, װאָס האָט געהערשט ארום. די ערד איז איצט געווען איבערגעמישט, די קוסטעס --- ארומגעפליקט און פארוועלקט,
און פארביי, מיטן טראקט, האָבן אלץ געהודעט און געהודעט מאשינעס. דורכן טאָג האָט ניט אופגעהערט דאָס גערודער פון מאָטאָרן. א געדיכטער שטויב איז געהאנגען אינדערלופטן, האָט
59
אט יה
װ
זיך אויסגעצויגן לענגויס דעם וועג און ניט געלאָזן זען, װאָס מע פירט דאָרטן און װער דאָגוב פאָרט. אין שטויב איז גאנצפרי אופגעגאנגען די זון א געלבלעך-רויטע און א פאדטונקלטע, װיי א צוזאָג אף ווינטן, װי ערעוו בײַטן זיך פונעם װועטער. איבער דעם דאָזיקן שטויב האָט מען שיר ניט פארזען, אז פון שטאָט זײַנען געקומען װײַבער און קינדער מיט עסן פאר די מענער. נאָר ודי וואך האָט זיי פארהאלטן איידער מען איז נאָך צוגעקומען צום לאגער און װײַטער ניט גוצִי לאָזן גיין.
די זון איז אופגעגאנגען העכער און העכער, האָט אָנגעהויבן סמאליען אָן ראכמאָנעס, און זדי פרויען האָבן נאָך אלץ געווארט. זיי האָבן געזען, װי מע ברענגט צו פירן צום לאגער אלץ נײַיַצ און נײַע מענער און מע טרײַבט זיי ארײַן צוישן דעם האמוין. די גאנצע צײַט, װאָס די פרויזען זײַנען אזוי געשטאנען, אײַנגעהילט אין א ברוין רויכל פון כמימע און שטויב, פארשטעלט זדי פּענעמער מיט טיכער און שאלן, האָבן די מענער מיט אומגעדולד ארויסגעקוקט אף זיי פון הינטעצר דעם שטריק, מיט וועלכן דער לאגער איז געווען ארומגעצוימט, און האָבן ניט אופגעהערט צצו הודען, װי עס הודעט א וואלד אונטערן װוינט פאר א שטורעם, טויבלעך-אײַנגעהאלטן און שטיללי
און פארבײי מיטן טראקט האָבן זיך אלץ געטראָגן אף מיזרעך מאשינעס נאָך מאשינעס אתון מיט זייער גערודער און פּײַפערײי שווער געמאכט דאָס געמיט פון די מענטשן.
עס האָט אזוי געברענט, אז ווען דאָ זאָל ניט געווען זײַן דאָס טײַכל, בא וועלכן מע האָט דדי ייִדן, וי אומיסטן, צונויפגעטריבן, קעדיי זי זאָלן אין אָט דער שטיקנדיקער היץ די גאנצע צײַנט זען פאר זיך וואסער און ניט קאָנען צוקומען א טרונק טאָן, װאָלט מען געקאָנט מיינען, או מול געפינט זיך אין א מידבער.
2
ס'איז דורכגעגאנגען א שאָ און צוויי. עס זײַנען געקומען דײַטשן, האָבן באפוילן זיך אויס"י שטעלן אין רייען, ארויסגענומען פון דער געדיכטעניש א טייל מענער און זי ערגעץ אוועקגעפירטג, איבערלאָזנדיק אין די הערצער פון די פארבליבענע א קעלט. קיינער האָט ניט געװוּסט, װוּהין מעצ האָט די מענטשן צוגענומען. אָט האָט מען װידער געבראכט א נײַ בינטל ייִדן. די פרויען האָטט מען אלץ ניט צוגעלאָזן. דאָס ווארטעניש אליין האָט זיך שוין פארוואנדלט אין א ויסטעוי פּײַניקונג,
פיל פון די מענער האָט די מילכאָמע געטראָפן אויסער דער היים און זי האָבן ניט געװוּסט., װאָס עס טוט זיך מיט זייערע נאָענטע. וער עס האָט געהאט אין שטאָט א פרוי און ער -- קיני* דער. ס'איז יעדן אויסגעגאנגען דאָס הארץ, עמעצער זאָל קומען צו גיין, ברענגען א יעדיע פװו דער היים און זיך דורכווארפן כאָטש מיט א װאָרט. די וואך אָבער האָט דערפון ניט געװאָלט! וויסן. ווען די פרויען האָבן זיך אָנגעהױבן בעטן, מע זאָל זיי דורכלאָזן מיטן עסן, האָבן די דײַטשן! גענומען שרײַען, דראָען מיט די ביקסן. און אין די הערצער פון די מענער, װאָס האָבן דאָס אלץ' צוגעזען, איז אופגעקומען א פײַער.
צוזאמען מיטן גאנצן צערודערטן האמוין האָט זיך איבערן לאגער אומגעטראָגן הין און' צוריק א יונגערמאן אין ברילן פון האָרנבײן, וועלכן מע האָט נאָרװאָס פון ערגעץ געבראכט צו פירן מיט א נײַער פּארטיע ייִדן. טייקעף, װי נאָר מע האָט אים ארײַנגעשטופּט הינטערן שטריק, האָט ער זיך אװעקגעלאָזט איבערן לאגער, געװאָלט זיך ארומקוקן, װוּהין איז ער עס ארײיַנגעפאלן.
װײַט איז ער, עמעס, ניט אוועק. די ענגשאפט איז געווען אזא, אז קוים האָט ער געגעבן א טראָט, אזוי גלײַך האָט אים פארדרייט אין זיך דער קאָך פון מענטשן, וועלכע האָבן געפלייצט, זוי א וואסער, װאָס איז ארויס פון די ברעגן.
ער איז אָבער, קאָנטיק, געווען װײַט ניט קיין קליינער אקשן, דער יונגערמאן. גוטע עטלעכע רעגעס האָט ער געפּרוּוט זיך ראנגלען מיטן שטראָם, װאָס האָט אים געטראָגן, און איז דאָ און דאָרט אף א קורצער װײַלע ארױיסגעשװװוּמען פון צוישן די מענטשן, וי איינער, װאָס טרינקט זיך. גויווער זײַן דעם פלייצנדיקן יאם איז אים אָבער ניט געלונגען. און ער איז באלד באנײַס פארלאָרן געגאנגען אין דער געדיכטעניש, װי א זעמדעלע צווישן זײַן גלײַכן.
וי פריָער, האָט זיך דער האמוין אומגעשארט פון אָרט אף אָרט. וי פּריָער, איז געװען דושנע און הייס. און, וי פריער, האָט מען אלץ ארויסגעקוקט אפן הימל, טאָמער וועט זיך אמאָל אָנכמארען און עס װעט אוועקגיין א רעגן, מיטברענגענדיק מיט זיך א טראָפּן פרישקײַט.
די פּאטרולן אף די וואך-פּונקטן, װאָס אף די בערגלעך ארום, איז שוין לאנגװײַליק געװאָרן צו זיצן בא זייער געווער. און קעדיי זיך פארװײַלן, האָבן זי געפּרוּווט דאָס קלײזײַען, שיסנדיק אמאָל איבער די קעפּ פון די מענטשן און אמאָל --- אין די מענטשן גופע. און יעדעס מאָל, ווען דער
56
אוילעם איז א פאל געטאָן צו דער ערד אויס מוירע פארן טויט, האָבן די דײַטשן געלאכט, זיך אזש געהאלטן בא די בײַכער.
נאָר אָט האָט דער יונגערמאן אין די ברילן זיך ווידער באוויזן אף דער העלער שײַן. ער איז אומגעגאנגען אָן א היטל, דאָס רעקל -- אפן אָרעם, דער קאָלנער פון דעם אויסגענייטן אוקראיִנישן העמד צעשפיליעט, און זיך געװוישט דעם שטערן מיט א מידער באוועגונג פון דער האנט, װי איינער, װאָס האָט דורכגעמאכט װוער ווייסט װאָס פאר א מעהאלעך. א שווארצער און א ביסל א צופיל פארװאָקסענער פאר א מענטשן, װאָס האָט זיך ניט געגאָלט בלויז געציילטע טעג, א פאהפּאליעטער פון דער היץ עפשער מער פון אנדערע, איז ער אומגעגאנגען און שטיל באטראכט יעדערן, װי ער װאָלט דאָ עמעצן געזוכט. זײַן טונקל-בלויער אָנצוג, דאָס אויסגענייטע העמדל און די געלע טופליעס זײַנען געװוען שטארק פארשטויבט. עס האָט געדוכט, אז דער שטויב פון אלע וועגן, װאָס ער האָט דורכגעמאכט אין מעשעך פון די לעצטע טעג, ביזוואנען ער האָט זיך געפּאקט אין לאגער, ליגט אים נאָך ביז איצט אף דער היפשער נאָז און אין די טיפלעכע קנייטשן לעבן מויל און ארום די אויגן, און דאָס האָט נאָך עלטער געמאכט זײַן דאר מיד פּאָנעם.
באם ערשטן בליק האָט דער יונגערמאן געמאכט אן אײַנדרוק פון א מענטשן, װאָס בעטעווע איז ער דאפקע זייער א רויַקער, א שטילער, אפילע עפשער א קאלטבלוטיקער. ניט מער, װאָס צו אָפּט שוין, יעדעס מאָל, ווען דער שטראָם האָט אים באנײַס גענומען טראָגן אין אן אנדער זײַט, האָט ער מיט נערוועזע, בלאסע פינגער פון ביידע הענט מיטאמאָל זיך געװוישט די ברילן, ניט אראָפּנעמענדיק זי פון דער נאָז, גלײַך די גלעזער, װאָס האָבן אויסגעזען צווייענדיקע און דרײַענדיקע, װאָלטן פארצויגן געװאָרן מיט א הײַטל. און פון דעם איז געווען צו זען, אז זײַן רוי- קײַט איז בלויז אן אָנשטעל.
ער איז אומגעגאנגען, האָט זיך פלײַסיק צוגעהערט דערצו, װאָס מע רעדט, אליין זיך באמיט, זוי װײַט מעגלעך, ניט פארפירן מיט קיינעם קיין שום איבעריקע געשפּרעכן. ער האָט די גאנצע צײַט ניט אופגעהערט ביטערלעך און שטיל צושמייכלען צו זיך, וי איינער זאָגט: אײַ, ברודער טײַערער, ביסטו ארײַנגעפאלן.. ליגסט, זעט מען, פּײַן אין טינטער.
אומגייענדיק אזוי, האָט ער זיך טיילמאָל אָפּגעשטעלט און מיט אויגן, װאָס האָבן, דוכט זיך, געװאָלט אלץ אײַנשלינגען אוּן פארגעדענקען אף אײביק, באטראכט דאָס געווימל פון מענטשן, װאָס האָט גערוישט און זיך געשארט ארום אים. די פּענעמער זײַנען בא אלעמען געווען בלאסע, אויסגעכוישעכטע, פארוואקסענע. און כאָטש אָנגעטאָן איז מען געווען גאנץ פארשיידן, איז דאָך עפעס אלגעמיינס שוין געווען צו זען אפילע אין זייער הילעך, אין די בעגאָדים, װאָס זײַנען גיך קויטיק און צעקנייטשט געװאָרן פונעם באנאכטיקן וואלגערן זיך אף דער ערד. אן אויסטערליש אויסזען האָט אלעמען צוגעגעבן דאָס, װאָס, קעדיי באשיצן זיך פון דער זון, האָבן פיל צוגעדעקט די קעפ --- ווער מיט נאָזטיכלעך, װוער מיט דער פּאָלע פונעם רעקל, ווער מיט א שטיקל זאק, א הײַפל גראָז אָדער בלעטער, -- מיט װאָס עס האָט זיך נאָר געמאכט אונטער דער האנט.
דער יונגערמאן האָט מיט וייטעק זיך צוגעקוקט צו דעם פארענדערטן אויסזען פון די מענטשן, -- יעדערער פון זיי האָט געוויס מיט עטלעכע טעג צוריק געהאט זײַן היים און זײַן בא- שעפטיקונג. ער האָט זיך געװאָלט דערמאָנען, װיָאזוי איז עס געשען, װאָס ער, אָשער מארגוליס, א מענטש מיט א רײַכער לעבנס-דערפארונג, איז אין אזא מין צײַט אװעקגעפאָרן אין ראיאָן. די פרוי זײַנע און דאָס קינד האָבן זיך געבעטן בא אים, ער זאָל זיך אָפּהאלטן און אין ערגעץ דאָס מאָל ניט פאָרן, װײַל אלע ריידן, אז א מילכאָמע קאָן אָט-אָט אויסברעכן.
דאָס איבעריקע אָבער, װאָס איז געשען מיט אים שפּעטער, ויאזוי ער איז געלאָפן אף מיזרעך, ויַאזוי מע האָט אים ארום סלאָנים פארנומען אין א לאגער און ער איז פון דאָרט אנטלאָפן און האָט זיך װידער געלאָזט גיין צום פּראָנט, -- דאָס אלץ איז געווען אײַנגעהילט אין א נעפּל פון פײַער און רויך. אין קאָפּ איז געווען א מישמאש. ס'איז אומעגלעך געווען אָפּצוטײלן טאָג פון נאכט. און װאָס מער מארגוליס האָט געטראכט, אלץ שװערער איז אים געװאָרן צו דערמאָנען זיך, וויפל טעג איז ער געווען אין וועג, ביז ער האָט זיך ניט געפּאקט אהער.
פאר די אויגן איז אים געשטאנען דער שווארצער רויך פון ברענענדיקע מאשינעס, צעבאָמ- בירטע װאָקזאלן, דער טראקט, א פארפּרוזשניעטער מיט מענטשן, װאָס זײַנען געלאָפן צופוס, געטראָגן זיך אף פורן און אף אװטאָמאָבילן, אף װעלאָסיפּעדן און מאָטאָציקלען, געפלויגן, געיאָגטע פון אומגליק און פאכעד, און זיך צעשאָטן איבערן פעלד פון ביידע זײַטן וועג יעדעס מאָל, ווען עס זײַנען אָנגעפלױגן אעראָפּלאנען און גענומען ווארפן באָמבעס אָדער באשיסן דעם טראקט פון קוילנווארפערס.
פונעם זינלאָזן אומדרייען זיך, פונעם רײַבן זיך אין רוקנס און עלנבויגנס, װי אויך פון די שווערע מאכשאָוועסן, האָט מארגוליס זיך דערפילט מיד. ער האָט זיך צוגעשלאָגן צום שטריק, זווּ די לופט איז געווען א האָר פרײַער, די ענגשאפט --- ניט אזוי גרויס, און איז געבליבן שטיין.
57
םי 1 יט
|
=== יי א
| /
ער האָט געהאָפּט, אז דאָ אין לאגער װעט ער עי די אי איז זײַן טירכע געווען אומזיסט. און מארגוליס האָט שווע :
פון הונגערן אזויפיל טעג האָט דאָס הארץ גענאָגט. אין מויל איז געווען ביטער. ער האָט, וי אלע, אומגעדולדיק געווארט אף די פרויען. ער האָט געטראכט וועגן דעם, אז עפשער ועט זיך אים אײַנגעבן צו דערוויסן זיך בא זיי עפּעס נײַס, דערגיין לעכאָלהאפּאָכעס, װוּהין נעמט מען עֶס צו פונדאנען די מענטשן און פונוואנען שטאמען די קלאנגען, אז מע פירט זי בלויז ארויס ניט װײַט הינטערן לאגער און דאָרט דערשיסט מען זיי.
ער האָט קיין איין מינוט ניט פארגעסן, אז ער דארף עפעס באשליסן, אז ער טאָר זיך דאָ פאר קיין פאל צופיל ניט פארזאמען. ער מוז אנטלויפן און זיך לאָזן אפסני צום פראָנט. נאָר פון שטיין לאנג אָן באוועגונג אף דער היץ, ענג צונויפגעדריקט פון אלע זײַטן מיט לײַבער, װאָס האָבן אים בעמיילע, קעגן זײַן אייגענעם ווילן, פאמעלעך געטראָגן מיטן שטראָם, איז אים באפאלן אן אָנמאכט, ער האָט אליין ניט געפילט, װיאזוי ער האָט ביסלעכװײַז גענומען דרעמלען.
אין דעם קורצן, מאטערנדיקן דרעמל, װאָס האָט געדוערט עפשער ניט מער װי א רעגע. האָט ער באוויזן צו זײַן אין דער היים און אויסהערן בערויגעזע טײַנעס פון זײַן פרוי, אף וועלכע ער האָט ניט געװוּסט װאָס צו ענטפערן. נאָכדעם האָט אים פארשמעקט א שארפער רייעך פון פּאָליטור און סטאָליערישן קליי, און דאָס האַט דערװועקט אין אים זיכרוינעס פון דער קינדהײַט. ער האָט זיך דערזען ליגן אינעם קליינעם, אָרעמען שטיבל מיט פענצטער פארקאָוועטע פון פראָסט און ארויסקוקן פון בעט אפן טאטן, װיָאזױי ער שטייט באם ווארשטאט מיטן הונל אין האנט און ארבעט, ארבעט און הוסט. די זיכרוינעס װאָלטן אים זיכער ניט אזוי גיך פריי געלאָזן, ווען עמעץ גיט אים ניט א טאָרקע מיט אן עלנבויגן אין זײַט און װעקט אים ניט אוף. עס האָט גערעדט צו אים עפעס א ווילד-פארוואקסענער פארשוין מיט א ברייטער נאָז און טיף-אײַנגעגראָבענע אויגן, אין קליידער, פארליאפּעטע פון פארב און קליי. דערבײַ איז געשטאנען א הויכער, סוטולער מאן פון א יאָר עטלעכע און פופציק, אוב ניט מער, מיט בלאנקענדיק װײַסע ארײַנגעשטעלטע ציין און גראָוולעכע האָר אפן קאָפּ און האָט שטיל פון עפּעס אונטערגעשמייכלט.
אָשערן האָט זיך זייער געװאָלט שלאָפן. עס זײַנען אים איצט ניט ניכע געווען קיינע רייד. ער האָט בלויז געװאָלט, מע זאָל אים לאָזן כאפּן א דרעמל. יענער אָבער האָט אים געשטערט:
--- וויפל, אבעטעך, איז דער שיר צו מאטערן די װײַבער? װאָס מוטשעט מען זי?
מארגוליס האָט זיך א קנייטש געגעבן: װאָס יל פון אים דער בען-אָדאָם? ער אליין האָט דאָ ניט קיינעם, פון קיינעם דערווארט ער גאָרניט. עס ווילט זיך אים אזוי שלאָפן, ער האלט אזש ניט אויס. דאָס מויל ווערט אים שיר ניט צעריסן גענעצנדיק. די אויגן זײַנען װי פארשאָטן מיט זאמד. נאָך א רעגע, און די ערד האָט א שווים געגעבן פון אונטער זײַנע פיס. א ווארעמע כוואליע הייבט אים לײַכט אונטער און טראָגט אוועק אין אנדערע אוילעמעס, ער טוט אזש א זיפץ פון פארלײַנ- טערונג. ערגעץ טיף אין זיך געדענקט ער נאָך, אז ער דארף דאָ עפּעס זייער נייטיקס טאָן, אז ער מוז זײַן געהיט און וי װײַט מעגלעך מיט קיינעם ניט פארפירן קיין איבעריקע רייד. נאָר עס גיט אים עמעצער באנײַס א װועק אוף. ער עפנט די אױגן און קוקט זיך ארום. ס'איז דער הויכער, סוטולער ייַד מיט די װײַסע ארײַנגעשטעלטע ציין. ער װײַזט אָן מיטן קאָפּ אפן קורצן, פארליאפּעטן מענטשל און פרעגט בא מארגוליסן;
-- איר ווייסט ניט, װאָס ברענט ער, װאָס קאָכט ער, װי א קעסל? װאָס ארט עס אים מער. װי אלעמען? --- און אליין דרייט ער זיך אויס גאנץ געלאסן און פארקוקט זיך אהינצו, װוּ עס שטייען די פרויען און װוּ עס בליצט עפּעס קעסיידער אין דער כמימע, וי עס װאַלט דאָרטן צווישן זיי געלעגן עמעצן אין קאָפּ זיך צו שפּילן מיט א שפּיגל.
דאָס קורצע, פארליאפּעטע ייִדל האָט זיך דערפילט באאוולט. זײַן שטױביק-גראָוו בערדל. װאָס האָט אים ברייט ארומגענומען דאָס פאָנעם און איז געראָטן געוואקסן, װוּ נאָר עס האָט זיך געלאָזט, -- אף דער ברייטער נאָז, אין די אויערן, אפן טונקעלן האלדז, --- איז געװאָרן הארט און ער אליין שטעכעדיק, שטעכעדיק און רויטלעך.
-- איר הערט נאָר... ער לאכט נאָך פון מיר, דער גוטער שװאָגער מײַנער, גערשן... -- האָט ער זיך אָנגערופן צום אנדערן. -- גערשן, ווער-ווער, נאָר דו האָסט דאָך געמוזט פארשמירן דאָס מויל און שװײַגן... איבער וועמען זײַנען מיר געבליבן דאָ, הא? ניט איבער דיר? , דײַטשן זײַנען א קולטורנע פאָלק..* װועמעס ווערטער זײַנען עס געווען, פרעג איך דיך, הא? ניט דײַנע? זאָגי לייקן כאָטש ניט!..
-- איך זאָג איצטער אויך, אז זיי װעלן אונדז גאָרניט טאָן. מע װעט האלטן, האלטן אוך ארוסלאָזן.
דאָס פארליאפּעטע ייִדל האָט ניט געקאָנט פארלײַדן אזוינע מינע רייד,
58
--- איר הערט נאָר... ער נעמט זיך אָן פאר די גאזלאָנים. א זאשטשיטניק איז ער זייערער געװאָרן...
און ווידער ווענדט זיך דאָס ייִדל צו מארגוליסן. עס שלאָגט פון אים א היץ. עס פילט זיך, אז דאָס הארץ ווערט באם מענטשן צעשפּארט פאר ווייטעק און פארדראָס. זאָל אים דער יונגערמאן מויכל זײַן און דערקלערן... ער זאָל אים נאָר זאָגן דעם ריינעם עמעס... פאר אים האָט ער ניט װאָס מוירע צו האָבן... װעט מען דאָס שוין אזוי-אָ דארפן אָנבײיגן דעם קאָפּ? און װוּ זײַנען אונדזערע טאנקען, װוּ אונדזערע אעראָפלאנען?
מארגוליס האָט שולדיקלעך עטװאָס אָנגעבױגן דעם קאָפּ. אין דער באוועגונג, מיט וועלכער ער האָט אראָפּגענומען די ברילן פון דער נאָז און לאנגזאם, װי בא א שווערן ייִשעוו-האדאס, גע- נומען זיי װישן מיט דער פּאָלע פונעם רעקל, צוגעטראָגן נאָענט צום מויל, באהויכט יעדעס גלעזל באזונדער און ארײַנגעקוקט אין זיי, האָט זיך געפילט א געצױמטקײַט פון א מענטשן, װאָס האָט בעדייע צו זאָגן: ,שיט, שיט... כ'האָב געזונטע פּלייצעס... זאָל אײַך ניט ארן, װאָס איך זע אויס װײַט ניט קיין גוואר. שולדיק. איך זאָג עס אָפן. אין א סאך זאכן זײַנען מיר אליין שולדיק".
אָן די ברילן איז מארגוליסעס געזיכט געװאָרן נאָך מאָגערער, נאָך אויסגעצערטער. מע האָט דערזען, װי טיף עס זײַנען אים די אויגן אײַנגעפאלן, וי רויט זי זײַנען.
נאָך ניט אָנגעטאָן צוריק די ברילן, האָט ער אופגעהויבן די אויגן און לאנגזאם באטראכט דעם ייִדן. װאָס זאָל ער אים ענטפערן? עפשער דערציילן, וויאזוי מע האָט זיי באשאָסן פון טאג- קען לעבן סלאָנים און ס'ארא כארפּע ס'איז אים געווען, ווען, א דורכגענעצטעד אף דורך און דורך באט אדיבערשווימען א טײַכל, איז ער צוזאמען מיט א גרופּע רויטארמייער ארײַן אין א דערבײַיִק דערפל בעטן עפעט עסן. פויערטעס האָבן זי געגעבן ברויט מיט זויערמילך. פריש און געשמאק איז געווען דאָס קילע געטראנק, באטאמט איז געװען יעדער ביסן. און דאָך איז דאָס עסן אין האלדז גיט געקראָכן, בייס זיי האָבן זיך באגעגנט מיט די שטומע בליקן פון די פּראָסטע דאָרפישע װײַבער, אין וועלכע ס'איז געווען איין טײַנע: ;וויאזוי איז עס געשען?* די זעלבע פראגע האָט ער איצט דערזען בא דעם ייִדן אין די אויגן.
ער האָט אים געװאָלט עפּעס ענטפערן, טרייסטן. נאָר שוין פון אָנהײב אָן האָט ער יענעם מיט עפעס ניט צוגעטראָכּן.
- װאָס איז דען? -- האָט זיך דאָס ייִדל אף אים אָנגעשטעלט, ווען אָשער האָט זיך גע- װאָלט בא אים דערוויסן, צי איז ער אן אָרטגעבירטיקער אָדער מע האָט אים אויך פון ערגעץ אהער געבראכט צו פירן. --- און אז איך בין א היגער, איז װאָס? און אז יעדערער קען דאָ יאָסל דעם פארבער, ווערט מיר פון דעם גרינגער?
-- גרינגער ווערט ניט, -- האָט מארגוליס געענטפערט, -- דאָך איז א ביסל פריילעכער, ווען מען איז לעבן דער היים.
די ווערטער האָבן װי צוגעגאָסן בוימל צום פײַער.
-- פריילעכער... -- האָט יענער אױסגעשריען. -- װאָס קומט מיר ארויס דערפון, אז איך בין לעבן דער היים, ווען די היים איז שוין קיין היים ניט.
און דעם מענטשן פילן זיך אָן די אויגן מיט טרערן, זײַן בליק ווערט פארשווענקט אזוי, אז ער זעט פאר זיך גאָרניט.
א גרויסער צאר האָט א וייע געטאָן אף מארגוליסן פונעם ויינענדיקן ייִדן. ער האָט אים געװאָלט עפעס זאָגן, נאָר דאָ האָט זיך צווישן זיי ארײַנגעדרײט עפעס א גליטשיק, פארדעכטיק פארשוינדל מיט באקנבערד און מיט א װײַס זײַדן שאלעכל אפן האלדז. ער איז אומגעגאנגען צווישן דעם אוילעם און מיטן קאָפּ, אויסגעצויגן פאָרויס װי א שלענגל, עפּעס גענישטערט און געזוכט. און מארגוליס האָט זיך אָפּגעהאלטן פון ריידן. ווען דאָס פּארשוינדל איז פארשװוּנדן, איבערלאָזנדיק נאָך זיך א געפיל פון אומזיכערקײַט אזוי, אז עס איז אויסגעקומען אפילע אָן א פארװאָס זיך ארומקוקן, איז ווידעראמאָל געװאָרן א שטופּעניש. און קוים האָט מארגוליס א טראָט געגעבן אין א זײַט, אזוי גלײַך האָט ער פארלוירן פונעם אויג סײַ יאָסל דעם פארבער, סײַ זײַן שװאָגער, און זאָגן עפּעס איז שוין געווען פארשפּאָרט.
3
דער שטראָם האָט אים אונטערגעכאפּט און אװעקגעטראָגן מיט א בייזער קראפט. ער האָט זיך ארײַנגעכאפּט אין דער סאמע געדיכטעניש פון מענטשן, װאָס האָט גערוישט און געווירבלט, וי א פארפלייצעניש. ער האָט אים האסטיק א דריי געגעבן ארום זיך, וי א שיפל אָן א רודער, װאָס כאפּט זיך ארײַן אין א קעסלגרוב, איינמאָל און נאָכאמאָל, און ארױיסגעװאָרפן, וי א שפּענדל, אף א צווייט אָרט, װײַט פון די מענטשן, מיט וועלכע ער איז פריִער געשטאנען.
59
1
א געזונטער יונג אין א לעדערנער אָפּגעבליאקעוועטער קורטקע, אפן קורץ געשוירענעם קאָפ האָר -- א װײַס נאָזטיכל מיט קניפלעך בא אלע פיר זײַטן, איז געשװוּמען פארבײיַ אים אויך א צונויפגעדריקטער פון אלע זײַטן, אזוי אז ער אליין האָט פארשפּאָרט גיין, עס האָט אים שוין געטראָגן בעמיילע.
מארגוליסן האָט א זעץ געגעבן אין קאָפּ: א באקאנטער, ער האָט אים ערגעץ-װוּ געזען. און ער האָט זיך טייקעף געלאָזן נאָך אים. נאָר אָפּשטעלן דעם באָכער איז אים ניט געלונגען. אָט, דוכט זיך, האָט ער אים אָנגענומען פארן אקסל, האָט זיך דער אוילעם א װאָרף געטאָן אין אן אנדער זײַט, און יענער האָט ניט געסטײַעט.
מארגוליסן האָט ארומגעכאפט א פארדראָס. ער מוז דעם באָכער געפינען. און עפשער -- האָט ער זיך א וואקל געטאָן -- איז אזוי בעסער, עפשער איז גלײַכער, אז קיינער זאָל אים ניט קענען. נאָר דאָ האָט זיך דער שטראָם מענטשן א דריי-אויס געגעבן און אומדערווארט פאר אים אליין האָט ער זיך װידער געטראָפן מיטן יונג פאָנעם-על-פּאָנעם.
-- ווארט צו, כאווער, -- האָט אָשער געזאָגט, און זיי האָבן זיך איינער דעם אנדערן אָנ" געקוקט. --- אין מײַרעװ-װײַסרוסלאנד זײַט איר קיינמאָל ניט געווען?
אינעם באָכערס קארע אויגן האָט זיך עפעס קוים באמערקבאר א בײַט געגעבן, א סימען, אז ער האָט מארגוליסן אויך דערקענט. ער האָט זיך אָבער געמאכט ניט וויסנדיק.
-- ניין, ניט געווען.
מארגוליס האָט א שמוך געטאָן מיט דער נאָז, וי א מענטש, װאָס ווייסט, אז יענער לײַגט א ביסל, נאָר ער קאָן עס ניט דערװײַזן. ער האָט זייער געליטן דערפון, װאָס ער האָט זיך ניט געקאָנט דערמאָנען: װוּ האָט ער אים געזען? ענדלעך האָט ער באשלאָסן: ,ניט איז ניט. עפשער האָב איך א טאָעס געהאט"... און זי זײַנען זיך פאנאנדערגעגאנגען, יעדערער אין אן אנדער זײַט. מארגוליס האָט דאָך באמערקט, אז, אוועקגייענדיק, האָט דער באָכער זיך עטלעכע מאָל אויסגעדרייט און אים נאָכגעקוקט. און געבליבן איז ער בא זײַנס, אז ער קען דעם מענטשן, פונקט װי יענער קען אים, אז ער האָט זיך מיט אים ערגעץ געטראָפן, נאָר װוּ -- דאָס האָט ער זיך ניט געקאָנט דער- מאָנען. און אזוי טאקע האָט ער אים פארגעדענקט, דעם באָכער, װי יענער שווימט צוישן דער מאסע א געזונטער, װי א דעמב, אין דער אָפּגעבליאקעװעטער לעדערנער קורטקע מיט דעם װוײַסן נאָזטיכעלע אפן קאָפּ.
דער שטראָם האָט ווידער געבראכט מארגוליסן צום שטריק. ער האָט זיך גערן פאר אים אָנגעכאפּט און איז געבליבן שטיין. באם וועג, װוּ די פרויען זײַנען געשטאנען, איז געװאָרן א טומל. מארגוליס האָט אין דער ערשטער רעגע ניט געקאָנט פארשטיין, פונוואנען דער דאָזיקער ראש קומט. בא אים, מיט זײַן שוואכער ריִע, איז אויסגעקומען, װי א קאָסער שלאקסרעגן װאָלט דורכגעשניטן די װײַט און זיך גענומען דערנעענטערן צום לאגער. ערשט שפּעטער האָט ער דער- זען, אז דאָס האָבן די פרויען זיך דורכגעריסן און א לאָז געטאָן זיך צו די מענער. זיי האָבן גענומען קריכן אונטערן שטריק, שרײַען, רופן:
--- וועלוול, וועלוול, װוּ ביסטו?
-- פּיניע, אָרלאנד!
-- טאטע, טאטע!
דער ראש איז געוואקסן. מענטשן האָבן אף א רעגע פארגעסן, װוּ זיי געפינען זיך. די פענע- מער האָבן געלויכטן. ס'האָט זיך פון אלעמען אף א װײַלע אָפּגעטאָן די מוירע. און ליכטיקער איז גאָר געװאָרן דער ארום, אױסגעלײַטערטער און פרישער.
עמעצער פון די מאנצבלען האָט אויסגעשריען:
--- קיין אײַנהאָרע, זעט נאָר, זעט. אן ארמיי א גאנצענע. -- און פול מיט פרייד איז געווען זײַן שטימע, ער האָט זיך צעלאכט.
ווער עס האָט זיך צעלייגט מיטן עסן אף דער ערד אינמיטן וועג, װער, באזונדערס יונגע פּאָרלעך, עס האָט זיך געזעצט אין א זײַט, א ביסל דערװײַטערט פון אלעמען. עס האָבן זיך געשאפן גרופּעס און גרופּקעלעך פון באקאנטע און אייגענע.
איינער א יונגערמאן האָט עסנדיק געפרעגט בא זײַן כאווער:
-- הענעך, דײַנע איז נאָך ניט געקומען?
דער צווייטער האָט עפּעס געענטפערט. איבערן טומל האָט ער אָבער ניט דערהערט װאָס, און האָט זיך ווידער צעשריִען אף א קאָל מיט א פול מויל, קעדיי דער כאווער זײַנער, װאָס איז גע- שטאנען באם שטריק און האָט ארויסגעקוקט די אויגן אף זײַן װײַבל, זאָל אים דערהערן:
-- נאפּלעוואט, הענעך! דו פאל בא זיך ניט אראָפּ. זי װעט קומען. און, װאָאָבשטשע, די וועלט איז נאָך ניט פארפאלן. דו הערסט, װאָס איך זאָג דיר?
--- װאָס וויינסטו, נארעלע? -- האָט געטײַנעט א דריטער צו זײַן װײַב, װאָס האָט אָן אופהער
0
געװישט די טרערן. -- דו הערסט דאָך, אז די רויטע ארמיי איז שוין אָט, אָט... זיי װעלן אונדז האלטן? נו, איז װאָס? װאָס װעלן זיי מיט אונדז טאָן, אין קרויט פארזאלצן? מאלע װאָס מע זאָגט. איך זע ניט, אז מע זאָל גלאט נעמען און שיסן מענטשן.
און װוידער זײַנען געגאנגען פרויען, איינע נאָך דער אנדערער. טייל מיט קינדער נאָך זיך, אנדערע -- מיט אייפעלעך אף די הענט. עס זײַנען דורכגעגאנגען געזונטע ארבעטס-מיידלעך, איינע פון זיי האָט פארבײַגייענדיק אומגערן א שטויס געגעבן מארגוליסן אזוי, אז ער איז שיר ניט אומגעפאלן. מיט א שמייכל אין די גרויסע אויגן איז זי דורך פארבײי, וי איינער זאָגט: ,ליימע- נער גוילעם, זעסט דען ניט, אז מע גייט"...
מארגוליס האָט זיך דערפילט איבעריק און האָט זיך װידער אװעקגעלאָזט איבערן לאגער. אים איז אנטקעגן אָנגעקומען א פרוי מיט א קוישל אין דער האנט. געגאנגען איז זי עטװאָס אָפּ- געזונדערט פון אלעמען און האָט עמעצן געזוכט מיט די אויגן. דאָס געזיכט איז בא איר געווען אײַנגעהילט אין אן אָראנזשעװער שאל.
די פרוי איז געווען אָנגעטאָן אין א העל לײַװנטן קלייד אָן ארבל און אין סאנדאלעטן אף די באָרװעסע פיס. ווען זי האָט זיך דערנעענטערט, האָט אף מארגוליסן א ווייע געטאָן א שארפער רייעך פון רעפועס. אומגערן האָט ער פארהאלטן אף איר זײַן בליק לענגער, װוי אף אנדערע. אין דער רעגע האָט זי אונטערגעהויבן די שאל איבערן שטערן און עס האָט א לײַכט געטאָן אף אים א לויטער פּאָנעם מיט גרויסע אויגן, ארומגערינגלטע מיט צארטער, מאטער געלבלעכקײַט. זייערע בליקן האָבן זיך באגעגנט. א װײַלע האָבן זיי זיך ביידע אָנגעקוקט און זײַנען זיך פאנאנדערגע- גאנגען אין פארשיידענע זײַטן.
מארגוליס האָט זיך פארהאלטן לעבן א געזונטן, האָריקן ייִדן מיט אן אויסזען פון א באלע- גאָלע אָדער א קאצעוו. ער איז געזעסן אָן א העמד, מיט א טאָפּ אינעם שויס און האָט געריבן אף ביידע באקן. זײַן יונג און דאר װײַבל האָט אים ניט געלאָזט ריידן קיין װאָרט.
-- עס! עס! -- האָט זי אים אונטערגעטריבן. -- די קינדער זײַנען, קיין אײַנהאָרע, געזונט און פון הונגער, כאָלילע, שטארבן מיר נאָך ניט. דו נעם זיך נאָר ניט צום הארצן. א ביסל מעל האָב איך און פאטעקע האָבן די קינדער אָנגעשלעפּט פון זאװאָד, באקן מיר לאטקעס און שוין. דו זאָרג זיך ניט.
צו אן אנדערן האָט דאָס װייַב געבראכט צו טראָגן א מיידעלע פון א יאָר דרײַ-פיר. און די פרייד באם פּאָטער, בייס ער האָט דערזען דאָס קינד, איז געווען אזוי גרויס, אז ער האָט אזש אינ- גאנצן פארגעסן אינעם עסן. ער האָט געהאלטן ארומגענומען מיט ביידע הענט דאָס ברעקל און עס געקושט. דאָס מיידעלע האָט זיך צוגעטוליעט מיט איר גאנצן גופל צום פאָטערס ברוסט און געגלעט אים און געהאלובעט. דער פאָטער האָט עס ניט אויסגעהאלטן: ער האָט פארגראָבן דאָס פאָנעם אין די פאלדן פון איר פארביק קליידעלע און שטיל זיך צעוויינט.
-- טאטע, װאָס וויינסטו? -- האָט דאָס קינד ניט געװאָלט פארלײַדן. -- מע דארף ניט וויינען...
ארום האָט גערוישט אײַנגעהאלטן-שטיל, װי בייס מע לייגט צו צום אוער א מױערקעפּל. צום טומל איז מען גיך געװווינט געװאָרן און מע האָט שוין פאריינס פארנומען דאָס גערודער פון פארבײַפליענדיקע אעראָפּלאנען און דאָס הודען פון מאשינעס, װאָס האָבן זיך באוועגט מיטן טראקט.
אייניקע האָבן אויסגענוצט די מינוט, קעדיי זיך ארויסגאנווענען פונעם לאגער. מארגוליס האָט געזען, ויָאזוי פרויען האָבן ארומגעשטעלט איינעם א באָכער, און יענער האָט הינטער זייערע פּלייצעס זיך גענומען איבערטאָן אין װײַבערשע קליידער. עמעץ האָט זיך געגאָלט אפדערגיך מיט א בישטיקע געבראכטן גאָלמעסער. אנדערע האָבן זיך אױיסגעטאָן, קעדיי ארופציַען אף זיך א פריש פּאָרל גרעט.
-- ארום באָריסאָוו קומען פּאָר פארביטערטע שלאכטן, -- האָט מיט היספּײַלעס דערציילט א יונג װײַבעלע. -- אלע מינסקער שפּיטאָלן זײַנען שוין פול מיט פארװווּנדעטע. ס'איז שוין ניטאָ גאָר, װוּהין זיי צו לייגן, די פאשיסטן.
א יונגערמאן האָט פאר פרייד געכאפט אף די הענט דאָס װײַבל, װאָס האָט דערציילט די נײַס, און האָט זיך מיט איר אָנגעהויבן ארומדרייען. זי האָט זיך ארויסגעריסן פון זײַנע אָרעמס. ,מעשוגענער, לאָז אָפּו וועסט דאָך מיך דערשטיקן!? און איז אוועקגעגאנגען, דערציילנדיק דאָס זעלבע יעדערן, װאָס האָט זיך איר געמאכט אין וועג. דער יונגערמאן האָט אָנגעהויבן טאנצן, אויס- קלאפּן מיט די פיס א טשעטשאָטקע.
אָנגעיאָגט דאָס װײַבל, װאָס האָט דערציילט די גוטע נײַס, האָט מארגוליס געפּרוּװט דערגיין גענוי, װאָס ווייסט זי טאקע אינדערעמעסן. יענע האָט אים אָנגעקוקט פארווונדערט און צע- לאכט זיך:
1
-- מענטש אײינער! כ'זאָג דאָך אײַך, אז זיי װועלן באלד ברעכן די קעפּ, -- און איז אוועק װײַטער א טריומפירנדיקע און א גליקלעכע.
מארגוליס איז געווען שטארק הונגעריק. װאָלט ער כאָטש ניט געזען, וויאזוי מע עסט. עס איז אים פול געװאָרן דאָס מויל מיט שפּײַעכץ און אונטערן לעפעלע האָט אָנגעהױיבן אלץ מער צו ציֵען. ער האָט גענומען זוכן אן אָרט, װוּ זיך אוועקצוזעצן, קאָלזמאן מע האָט נאָך געמעגט זיצן. ארויסגעקומען צום ברעג טײַכל, װוּ עס איז געשטאנען א דײַטשישער פאטרול און דעריבער איז דאָ געווען װינציקער מענטשן, האָט ער זיך אוועקגעזעצט.
פארבײַ איז דורכגעגאנגען די פרוי אין דעם העלן לײַװונטענעם קלייד, װאָס ער האָט זי פריִער שוין געהאט באגעגנט. די אָראנזשעװע שאל האָט זי איצט געטראָגן אף די אקסל. דאָס עסן אין איר קוישל איז געווען ניט גערירט. זי האָט נאָך אלץ עמעצן געזוכט.
ס'איז געווען א פרוי פון א יאָר זעקס---זיבן און צוואנציק מיט א גלאט-פארקעמטן שווארצן קאָפּ האָר, די צעפּ אויסגעלייגט איבער די אױערן. זי איז געווען שטארק צעטראָגן. איר קלאָר גע- זיכט איז געווען פארפאליעט פון היץ. זי איז דורכגעגאנגען, האָט ווידער אף אים א קוק געטאָן און האָט ניט געסטײַעט. ערשט שפּעטער, ווען ער האָט זי שוין פארלאָרן פונעם אויג, איז זי אף א װײַלע ארויסגעשוווּמען פונדערװײַטן, צווישן דעם האמוין, װאָס האָט זיך געפונען אפן בארג-ארוף: ער האָט געזען, װי זי האָט זיך אָנגעבױגן צו דער ערד און אױסגעשאָטן דעם זאמד פון א סאנדאליעט.
מארגוליס האָט מיטאמאָל דערפילט א מוירעדיקע שװאכקײַט, װאָס האָט געמאכט ציטערן זײַנע הענט און פיס. ס'איז גאָר קיין כידעש ניט געווען. אין מעשעך פון די לעצטע עטלעכע מעס- לעס זינט ער איז געלאָפן פון סלאָנימער לאגער איז ער נאָך ניט געשלאָפן און קימאט גאָרנישט ניט געגעסן. דער קאָפּ האָט זיך אים פארדרייט. ער האָט אופגעעפנט דאָס מויל און גענומען שלינ- גען די לופט, װי א פיש, װאָס מע ווארפט ארויס אף דער טריקעניש. ער האָט זיך אויסגעצויגן אף דער ערד אין דער גאנצער לענג, זיך אײַנגעגראָבן מיטן פּאָנעם אינעם זאמד, געזוכט א ביסעלע פרישקײַט. נאָר דאָ האָט א ווייע געטאָן אף אים פונעם טײַכל מיט א זיסן, ווארעם-בלאָטיקן רייעך פון וואסער-גראָזן. עס האָט אים גענומען נודיען. ער האָט זיך דערפילט שטארק שלעכט.
אין דער קורצער װײַלע, װאָס ער איז נאָך געווען באם זינען, האָט מארגוליס באוויזן צו דער- זען עטלעכע בעריאָזעס, װאָס זײַנען געשטאנען אף יענער זײַט טײַכל, אף א װײַטן בערגל פון דער פאָרשטאָט. עס האָט זיך אים אויסגעדוכט, אז ער הערט אפילע, װי די קראָען שרײַען דאָרטן, זיך ארומדרייענדיק איבער די ביימער. נאָכדעם איז אים פינצטער געװאָרן אין די אויגן און אלץ איז פארשװוּנדן: אי דער לאגער מיט די מענטשן, אי די געלבלעך-פארצויגענע זון, אי די בעריאָזעס אף יענער זײַט טײַכל.
עס האָט אים אופגעװועקט א קאָל. עמעץ איז געשטאנען איבער אים און געטרייסלט פארן אקסל. מע האָט אים עפּעס ארײַנגעגאָסן צווישן די פארקלעמטע ציין. ער האָט געטרונקען זשעדנע, ניט געקאָנט אָנטרינקען זיך. נאָר װאָס מע רעדט צו אים, האָט ער ניט פארנומען. די אויערן זײַנען אים געווען פארלייגט, װי מיט וואטע.
-- װאָס איז מיט אײַך? --- האָט זיך דערטראָגן צו אים וי פונדערװײַטן.